האדמו"ר מוויז'ניץ וועט היינט פארלאזן ניו יארק אין פארזעצן מיט די נסיעה קיין לאנדאן

זונטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות – היינט אויפדערנאכט וועט כ"ק האד' מוויז'ניץ שליט"א פארלאזן אמעריקא אין ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין לאנדאן, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז דעם סוף וואך.

מארגן נאכמיטאג וועט זיך די רבי שליט"א משתתף זיין ביים מעמד הקמת המציבה על קברו פון הרה"ח ר' ישראל ליעבער ז"ל מחשובי חסידי וויז'ניץ אין לאנדאן אויפן ענפיעלד בית החיים, דורכאויס די ימי הביקור אין לאנדאן וועט די רבי באשיינען עטליכע שמחות ביי די חסידים, צווישן זיי די חתונה פון א כלה א יתומה טאכטער פון הרה"ח ר' ישראל ליעבער ז"ל מיט די חתן א זוהן פון די בארימטער וויזניצער עסקן ר' משה שטערן פון וויען.

באזונדער וועלן אפגעראכטן ווערן א רייע מעמדים בקרב הקהילה אין לאנדאן לרגל י"ב שבט ראש השנה לחסידות אין א מעמד פאר די נדיבים בעם אין אינגעלייט וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט גרעסערע סכומים לטובת די אויפבוי פונעם מרכז העולמי ישועות משה אין בני ברק

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"