התחלת כתיבת האותיות ביי מרן האד' מוויז'ניץ

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות – נעכטן מיטוואך בעת די זמני כניסה ביי מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לעילו נשמתם פון די צוויי חשובע בחורים הבחור החשוב נתן נטע ראזנבוים ע"ה און זיין קאָזין הבחור החשוב חיים ווערטהיימער ע"ה, וועלכע זענען טראַגיש אומגעקומען ביי א שוידערליכע קאר עקסידענט דעם מוצאי זאת חנוכה אויפן וועג אהיים פון מירון, די רבי האט אריינגעשריבן דער ערשטע אות ב' פון די ווארט בראשחת אין דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים אין אנגעווינטשן ברכות לרוב פאר די קרובי המשפחות אין אנגעהויבן א ניגון שמחה לכבוד המאורע

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"