האד' מלויצק אין דעטרויט

מיטוואך בא ג' שבט ה'תשפ"ג | קול בחצרות

כ"ק האדמו"ר מלויצק שליט"א איז נעכטן דינסטיג אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק אין די אידישער קהילה אין דעטרויט, נעכטן נאכן דאווענען האט די רבי איבערגעגעבן א שיחת חיזוק פאר די קינדער אין די שטאט'ישער תלמוד תורה, אין נאכמיטאג איז די רבי ארויף צום ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זכר צדיק לברכה וועלכע איז פלוצים נסתלק געווארן זייענדיג צוגאסט אין דעטרויט ושם מנוחתו כבוד, אין לויף פונעם טאג האט די רבי אויפגענימען די ארטיגע אידן לעצה ולברכה פאר לענגערע שעהן נאכאנאנד, אין היינט מיטוואך וועט זיך די רבי צוריק קערן קיין למעונו אין עיה"ק ירושלים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"