מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א

מיטוואך בא ג' שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות – מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען קיין ירושלים, ווי דער רבי האט מבקר חולה געוועהן ביי נכדתו מרת שפרה בת ציפורה ברכה לרפו"ש אין די הדסה שפיטאל, די רבי האט ווארעם אנגעווינטשן נכדו הרב אהרן משה לייפער אין די יולדת לרגל הולדת הבן למזל טוב, פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף ביקור חולים בבית אחד מחסידיו אין ירושלים ווי דער רבי האט זיך באגעגענט מיט כ"ק האד' מסקולען ירושלים שליט"א אין געשמועסט מיטן סקולענער רבין ביחידות א שטיק צייט, דערנאך איז דער רבי אנגעקומען זיך משתתף זיין ביי די חופה שמחת בית באיאן, די חתן אן אייניקל פון הרה"ג רבי אהרן אלי' פעלדמאן פון קרית וויז'ניץ, ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, נאכן חופה האט די רבי אנגעווינטשן די חתן אין מחותנים אין זיך באגריסט מיט כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"