ושננתם לבניך אין קאסאן‎

די טייערע צאן קדשים וואס וואוינען אין די נייע חרדישע געגענט אין לינדען, ניו דזורסי האבן זיך צוזאמגענומען דורכאויס די ימי המגיפה און געלערנט צוזאמען הלכות בשר בחלב הלכה למעשה און האבן זיך נעכטן פארהערט בעל פה ביים מייסד הקריה כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע האט באוואונדערט זייער ברייטע קענטעניסן אין די הלכות הנוגעים למעשה און די געוואלדיגע ארבעט וואס די מחנכים האבן אריינגעלייגט אין די תשב"ר אין לויף פון די שווערע קריזיס. אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א אנגעהויבן פון דעם מאנטאג, פארצולערנען א טעגליכע שיעור אין גמרא פאר די בעלי בתים וואס וואוינען אין שטאט, מיט א פראוו אויפצוהייבן דאס חשיבות פון קביעת עתים לתורה וואס דער רבי שליט"א מאנטאון פאדערט כסדר.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"