לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע אריינגעפירט אין שפיטאל מיט ערנסטע לונגען אנטצינדונג

דאנערשטאג פ' תרומה • כ"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


לקיים בנו חכמי ישראל: אידן איבער די וועלט ווערן גערופן צו מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פון הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכע איז יעצט נאכמיטאג אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד, דער ראש ישיבה ליידט פון א לונגען אנטצינדונג אין צוגאב צו קאמפליקאציעס מיטן אטעם, און ווערט באהאנדעלט אין די איכילוב שפיטאל אין תל אביב.

יעצט בשעתן נאכמיטאג סדר אין די סלאבאדקע ישיבה אין בני ברק האט מען מפסיק געוועהן דעם סדר הלימוד, און איינגעריסן מיט פרקי תהילים פארן געזונט פונעם ראש הישיבה.

ווי באקאנט איז דער ראש הישיבה מיט צוויי יאהר צוריק דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע פון וואס ער האט זיך ב"ה ערהוילט און צוריקגעקומען לאיתנו הראשון. כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו השלימה מרן משה הלל בן מינדל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

האד' מוויזניץ קייאמישע וועט אריבערגיין פאראויס געפלאנטע אפעראציע אין מאנהעטן

אפדעיט: אפעראציע ביי האד' מספינקא באקרוינט מיט הצלחה; כלל ישראל ווייטער מתפלל לרפואתו

לקיים בנו חכמי ישראל: האד' מאוסטראוו קאלושין אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג