דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש
חסידי גור האבן נעכטן מיטוואך אויפגענומען מיט פריידיגע געפילן, די בשורה משמחת אז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט פארשפראכן אנגעהויבן פון היינטיגן דאנערשטאג צוריק אנהייבן צו דינען אלס "סנדק" ביי די טעגליכע ברית'ן צווישן חסידי גור, ווי אין א דורכשניטליכע טאג איז פארהאן א מאסיווע אפאראט פון מערערע ברית'ן קע"ה, בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער דינט אלס סנדק ביי אלע ברית'ן.
שוין א צייט אפשניט פון קרוב צו א האלבע יאר, זינט דעם פארלאפענעם חודש אב, ווען דער רבי האט געליטן פון א בראך אויף די אקסלען, נאך די שווערע פאל וואס דער רבי האט געהאט, נאכפאלגענדיג מיט א שווערע לונגען אנטצינדונג, וואס האט היפש אפגעשוואכט בריאות גופו הטהור, און זינט דאן האט דער רבי שליט"א נישט אנגענומען קיין סנדקאות ביי ברית'ן פון חסידים.
נעכטן אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית ביים רבינ'ס אור אייניקל, ווי דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום ברית, און געהייסן אז מען זאל שוין אויך אהערברענגען אלע אנדערע ברית'ן וואס האבן געזאלט פארקומען אינעם היינטיגן טאג, און דער רבי האט געדינט אלס סנדק ביי אלע פינף ברית'ן, אויסער דעם רבינ'ס אור אייניקל.
דערביי האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט זיין באגער, אז ער וועט צוריק אנהייבן צו דינען אלס סנדק ביי די ברית'ן פון חסידיו כימים ימימה, און אנגעהויבן פון היינט דאנערשטאג וועלן אלע ברית'ן צוריקגיין כרגיל אזוי ווי אמאל, וואס ווי פארשטענדליך האט דאס אריינגעבלאזן עמער'ס פון פרייד צווישן די חסידים.
ביים ברית מילה פונעם רבינ'ס אור אייניקל, א אייניקל ביי חתנו הרב העניך זילבערשטיין שליט"א וועמענס איידעם הרב יודא ארי' לייב לובלינג שליט"א איז דער אבי הבן, איז מכובד געווארן מיט די ברכות דעם רבינ'ס עלסטע זון הרה"צ ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א, און דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, ויקרא שמו בישראל "שמחה בונם" טראגענדיג דעם הייליגן נאמען פונעם בעל לב שמחה מגור זי"ע.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן דערנאך צום סעודת ברית וואס איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול גור ברוב עם.