הויפט בלאט באריכט האד' מדושינסקיא אויפגענומען הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א אלס דיין ומורה צדק דק"ק דושינסקיא אין עיר הקודש צפת

האד' מדושינסקיא אויפגענומען הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א אלס דיין ומורה צדק דק"ק דושינסקיא אין עיר הקודש צפת

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' בא • א' שבט | בחצרות הקודש


נעכטן זונטאג ליל ראש חודש שבט, האבן חסידי דושינסקיא תושבי עיה"ק צפת זוכה געווען אויפצונעמען אן עטרה לראשם, ווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס עינו ולבו נתונים בכל עת תדיר פאר דעם בליה און וואוקס פון די קהילה הקדושה, האט ממנה געווען אן איש על העדה ה"ה הרה"ג ר' יעקב חנני' רייזנער שליט"א לעמוד לשרת בקודש אלס רב און מורה צדק פונעם בית המדרש דחסידי דושינסקיא אין שטאט, לדון ולהורות פאר די חסידים מתפללי ביהמ"ד ובאי בית ה'.

די דושינסקיא קהילה אין צפת איז נתייסד געווארן מיט גענוי צען יאר צוריק אום חודש שבט תשע"ו, כרצון קדשו פון הרה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל וואס האט נאך בחייו שטארק אויסגעדרוקט רצון קדשו מייסד צו זיין א קהילה אין עיה"ק צפת, אין די לעצטע צוויי יאר האט מען געהאט די זכיה צו מחנך זיין א משכן קבע, א בנין גדול ומפואר וואס דינט אלס א בית מקדש מעט להשם ולתורתו.

די קהילה אין צפת איז באקאנט אלס בבת עינו פונעם רבי'ן שליט"א, דער רבי שליט"א האט זעלבסט מנדב געווען דעם ארון קודש אין ביהמ"ד און אויך די הוצאות פון די סעודה שלישית יעדע וואך ווערט נתנדב דורכן רבי'ן פערזענליך.

די התמנות פונעם נייעם רב איז געווען אומגעראכטן ביים סעודת ראש חודש מיט די בני הקהילה אין צפת וועלכע האבן מיסב געווען על שולחן מלכים ביים רבי'ן אין הויף אין עיה"ק ירושלים, דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז כאטש דאס איז נישט געווען געפלאנט פון פריער, איז אבער יעצט געקומען דער פאסיגע צייט ממנה צו זיין דעם נייעם דיין, וואס האט שוין משלים געווען זיינע לימודים בלימוד ההוראה און גענומען שימוש ביי די גדולי הפוסקים ועמודי ההוראה.

דער נייער דיין שליט"א איז פקיע שמיה אלס אן אויסגערופענער תלמיד חכם וירא שמים, ער איז א זון פון הרה"ח ר' מרדכי רייזנער שליט"א מחשובי חסידי דושינסקיא אין רמת שלמה און אן איידעם ביי הרה"ח ר' יעקב קויפאן שליט"א, מנהל מוסדות בוהוש, מיט דריי יאר צוריק איז ער נתמנה געווארן אלס דיין און מורה הוראה דורך די בארימטע 'דרשו' ארגאניזאציע נאכן נתעטר ווערן בנזר ההוראה.

מעמד ההתמנות נעכטן, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון א מורה הוראה בישראל, דער פליכט מכבד צו זיין און שטיצן רבנים און דער כח פון א מרא דאתרא, דער רבי האט מסיים געווען בברכותיו הטהורות פארן נייעם דיין אז חפץ ה' בידו יצליח, ער זאל זוכה זיין לדון ולהורות לעם את דבר ה' זו הלכה ושלא תצא תקלה ומכשול מתחת ידו.

שרייבט א קאמענט