די וואך האט כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווידער באזוכט אין די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר אין מאנסי, די ישיבה וואס דער רבי האט מייסד געווען צום זמן הלימודים חודש חשון העל"ט, מיט א ספעציעלע מסגרת פאר די בוגרי הישיבה גדולה, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים בשעתן סדר און דערנאך פארגעלערנט א סוגיא שיעור אינעם היכל המתיבתא, וואו די בחורי חמד האבן די וואכן געלערנט די סוגיא פון מהלך כעומד דמי, און מיטגעהאלטן דעם שיעור מיט א ריתחא דאורייתא. נאכן שיעור האבן זיך די בחורים מפלפל געווען מיטן רבי'ן אין ד סוגיא א לענגערע וויילע וואו דער רבי האט זיך אראפגעלאזט צו זיי מן ההר אל העם.