פארלאפענעם שבת פ' וארא איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א געווען צוגאסט אין בארא פארק לכבוד די שבת אופרוף פון א אייניקל, דער חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' ישראל שנעעבאלג שליט"א אבד"ק טשערנאוויץ בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ בארא פארק זצ"ל, א גרויסן ציבור האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן אין זאל פון עטרת גאלדא, און שלש סעודות אין טשערנאוויצער ביהמ"ד אין בארא פארק.