בחצר הקודש קהל חסידי ירושלים איז צום ערשטן נאך אפגעראכטן געווארן א שבת התאחדות פאר אלע הונדערטער חסידים אברכי החבורה, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, אפצייכנענדיג די 70'סטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע וואס איז אויסגעפאלן די תקופה. דער שבת איז פארגעקומען אין מושב שעלבים וואו עס איז ארויסגעדינגען געווארן א גרויסן קאמפלעקס אלס אכסניא פארן שבת, וואו דער רבי האט אפגעראכטן די תפילות און טישן בצוותא חדא מיט די חסידים, אויף געהויבענעם שטייגער.