לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך כ"ד טבת איז אפגעראכטן געווארן דער סעודת הילולא רבתי אינעם נאסטאלגישן לעלובער ביהמ"ד אויף רחוב רבי עקיבא, באותו מקום קדוש וואו דער בעל ההילולא האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים, די סעודת ההילולא איז געווען אין שפיץ פון נכדו המשפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער פירט ווייטער אן דאס ביהמ"ד לשם ולתפארת.