הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


האדמו"ר מלעלוב בר אילן ווערט געזעהן ביים עצרת הספד לזכרו פון הגה"צ רבי פנחס לובינסקי זצ"ל אין לעלובער ביהמ"ד אויף צפניה, זיצנדיג צווישן דעם המון עם, כאיש מן השורה.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות אהרן וועלכע האלט זיך אויף די טעג אין צפת אויף אפרוה ווערט באמערקט זיך נאכפרעגן איבערן מצב הבריאות ביי ידידו ורעו המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה, ביי הרב משה חיים שניידער א נאנטער מקורב ביי הרב קוק.

Blog Image

נאטורליך בילד ווי האדמו"ר מבאבוב-45 פארברענגט מיט א קבוצה בחורים וועלכע האבן אנגעקלאפט ביים רבינס אכסניא במקום הנופש אין די מאנטעבעלא געגנט בגלילות מאנסי, דער רבי האט זיי אויפגענומען מיט א פאטערליכע ליבשאפט און איבערגעגעבן שטארקע דברי ברכה וחיזוק.

Blog Image

האדמו"ר מפיטסבורג ביי די ריקודין של שמחה ביים גרויסן בר מצוה די וואך פאר די צענדליגער יתומים פון אירגון "זה לזה" וואו דער רבי האט זיך אראפגעלאזט צו זיי מן ההר אל ההם מיט זיין אייגנארטיגע מדת הפשטות.

(בילד קרעדיט: א. אייזנבאך)

Blog Image

די נייע אויסערליכע דעזיין פונעם ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, נאך די רענעוואציע ארבעט צו ארייננעמען די גאנצע פאדערשטע פארטש אלס פולשטענדיגע טייל פונעם בית המדרש.

Blog Image

הגאון רבי מנחם מענדל פאמעראנץ שליט"א יושב ראש מכון עוז והדר בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא בעת זיין באזוך פאריגע וואך אין ניו יארק.

Blog Image

ילדי קרית צאנז לעיקוואד ביים מקבל פנים זיין פני רבם ומאורם האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג בעת דעם רבינס באזוך דעם ערב שבת בתוככי הקריה.

Blog Image

ימי קציר חיטים: הרב אהרן יוסף קורניצער אייגנטומער פון די "טיב המצות" בעקעריי ביים ערהאלטן א י"ב מצה פון האדמו"ר מבעלזא אלס שעצונג פאר די פריש געשניטענע ווייץ וואס ער האט אריינגעברענגט צום רבי'ן לכבוד יום טוב.

Blog Image

נייע ניגון פארפאסט געווארן דורכן ראש המשוררים בחצר הקודש וויזניץ הר"ר יעקב יודא דאסקאל לכבוד די היסטארישע הכנסת ספר תורה פון האדמו"ר מוויזניץ דעם ערב יום טוב שבועות, פאכמאניש אראפגעזונגען דורך בעל מנגן נפלא ר' מאטי שטיינמעץ.

רירנדע סצענע ביים שבעה בחצר הקודש מעזיבוז וואו האדמו"ר ממעזיבוז זאגט דעם קדיש יתום מיט זיינע קינדער די יונגע יתומים.

הבטחתי בקווינס, פרסמתי בלעיקוואד…ונושעתי! אייגנארטיגע קלעסיפייד אין איינע פון די טעגליכע אויסגאבעס אין ניו יארק.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים אנוואונטשן החתן שניאור זלמן עקשטיין הי"ו הויז בחור פון האדמו"ר מסאטמאר, זון פון הרב ר' יואל עקשטיין שליט"א ראש חבורת הבחורים קרעטשניף סיגעט אין קרית יואל, לרגל זיין שידוך שליסן למזל טוב.

Blog Image

האדמו"ר מליזענסק בארא פארק קוקט זיך אום אין איינע פון די זילבער געשעפטן ברחובות בארא פארק, מיט איר הערליכע אויסלייג פון זילבער לכבוד יום טוב.

Blog Image

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם ביים אריינשרייבן אן אות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרב חיים פרקל מנהל מוסד עלי שיח, לעילוי נשמת זיין זון הבחור רפאל יחזקאל פרקל ז"ל.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן איז מתפלל ביים ציון הק' אין קערעסטיר אין טאג פונעם רבינס יום הבהיר כ"ו אייר יסוד שביסוד.

Blog Image

דמות דיוקנו של אביו: שיין בילד פון הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א בעת זיין באזוך די וואך אין שטאט ביתר.

Blog Image

הארציגע בריוו פון האדמו"ר מרימינוב צום אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ יר"ה ארויסהייבענדיג די נאציאנאלע שבת, וואס די פרעזידענט האט פראקלאמירט אויף דעם חודש מאי למספרם.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ איז מחזק די יונגע יתומים פון האדמו"ר ממעזיבוז נאך דעם גרויסן בראך מיט די פריצייטיגע פטירה פון זייער מוטער די רעבעצען ע"ה.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים צוגרייטן די בלומען לכבוד יום טוב בבית מדרשו אין בנין פון מוסדות זוועהיל אין ירושלים.

Blog Image

דער ינוקא הגאון האדיר רבי שלמה יהודה שליט"א ביים פארלאזן דעם כותל המערבי היינטיגן מיטוואך נאכט נאך תפילת מעריב און די לעצטע ספירה.

ספעציעלע "ברכת כהנים" איינשטעל לקראת יום טוב שבועות בחצר הקודש צאנז.

Blog Image

האדמו"ר מסקאליע מערקט "קרישקעס" אינעם הכנסת אורחים "אשל אברהם" אין קראקא זייענדיג אונטערוועגנס קיין מעזיבוזש וואו דער רבי וועט פראווענען דעם יום טוב שבועות.

האדמו"ר מסאטמאר ווערט ארומגעוויזן אין שטאט צאנז דורך הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו מעסקני בוני צאנז, נאמן ביתו ביי האדמו"ר מסאטמאר.

Blog Image

הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ ווערט אויפגענומען מיט פרייליכע געזאנגען ביים שמחת הבר מצוה לבן אחיו הרב מרדכי לאנדא המכונה ליקאווע רב.

האדמו" מתולדות יהודה אין א שמועס מיטן אלעמען באקאנטער טשעירמאן ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו ביי א מסיבה די וואך לטובת ישיבתו.

Blog Image

האדמו"ר מלוצק מערקט "קרישקעס" ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס זייענדיג מעתיר ומפציר לישועתן של ישראל.

Blog Image

האדמו"ר מקאסאן איז מנדב די קינדער שלש סעודות אין קאסאנער ביהמ"ד לעילוי נשמת זקינו הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע.

Blog Image

די שטורמישע קול תפילה בהיכל ישיבתו פון המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה וואו תלמידים רייסן איין וועלטן ביים בורא עולמים ער זאל איבערלאזן לפליטה דער צדיק נשגב.

המשפיע הרה"צ ר' יהודה דייטש שליט"א ביים אנטוהן די הייליגע יארמולקע פון הרה"ק מריבניץ זי"ע, ביים סעודת שלישי למילה לבן מקורבו הרב דוד בריסק, אייניקל פון הרב מרדכי בריסק יושב ראש קהל מחזיקי הדת בעלזא.

Blog Image

די הערליכע ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן דורך האדמו"ר מוויזניץ דעם ערב שבועות צום ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ.

Blog Image

די נייע טאבאק־פישקע פון האדמו״ר מוויזניץ, לכבוד יו"ט השבועות הבעל״ט, מיטן אלטן ביהמ״ד אין שטעטל וויזניץ קונצליך אויפגעקריצט דערויף. ביים היסטארישן הכנסת ספר תורה דעם ערב שבועות וועט דער רבי מאכן דעם ברכת שהחיינו אויף די טאבאק פישקע און דערמיט יוצא זיין אויף אויפן ספר תורה מהודרת וואס דער רבי האט געלאזט שרייבן.

Blog Image

האדמו"ר מנדבורנא באניא אויף א באזוך די וואך בהיכל קדשו פון זיין עלטערן ברודער האדמו"ר מנדבורנא צפת.

Blog Image

העסקן הרב מנחם אליעזר מאזעס שיחי' מערקט "קרישקעס" ביי א ברית די וואך במעון הקודש פון האדמו"ר מאמשינוב.

Blog Image

אין די טעג האט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א באנייט א נייעם שטיל און א מלכות'דיגע טישדעך וואס איז געשיקט געווארן מעבר לים דורך די בארימטער "מפואר" דזשודעיקא.

Blog Image

הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א אין א שמועס מיט הרב זושא גליק משב"ק ואיש אמונו פון האדמו"ר מפשעווארסק נאכן מעמד חנוכת הבית פארן נייעם מקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת אויף די "אסטן" גאס אין שטאט.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב אין א שמועס מיט האדמו"ר מסאטמאר ובניו הגאוה"צ שליט"א אינעם הכנסת אורחים ליזענסק, ווערט אויך געזען הרה"ח ר' שמחה קארקאווסקי הי"ו יו"ר "הכנסת אורחים ליזענסק".

Blog Image

די מאסיווע הכנות אויפן גרויסן באדן פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, וואו עס וועלן פארקומען די טישן במשך יום טוב שבועות הבעל"ט.

הנגיד ר' יצחק מרדכי בראך המכונה דאבשינא רבי מערקט "קרישקעס" ביים מעמד יציקת הבורות אין די מקוה טהרה החדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין שכונת סאוט אכט וועלכע איז פארגעקומען די וואך בפיקוח פון הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

Blog Image

העסקן מוה״ר אביגדור דניאל שווארץ הי״ו, מראשי ועד קרן הבנין ביהמ״ד החדש ד'סאטמאר ווערנאן, צייגט פאר האדמו"ר מסאטמאר, אויפן פליגער, א בילד פונעם נייעם ביהמ"ד וואו מ׳האט אין די לעצטערע טעג אראפגענומען די סקעפאלדס און אנטפלעקט דעם פראכטפולן געשטעל.

Blog Image

האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק ביים רייניגן כלל ישראל'ס שול אין וואדבערן לכבוד יום טוב שבועות הממשמש ובא.

Blog Image

שיין בילד ווי די צוויי זקני חסידי סאטמאר ויושבים ראשונה במלכות, הרב אלטר יחזקאל גליק שליט"א און זיין שוואגער הרה"ח ר' חיים הערש ליימזינער שליט"א אין א פייערדיגן טאנץ נאך הבדלה ביים היסטארישן שב"ק אין קראקא בראשות האדמו"ר מסאטמאר.

Blog Image

הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואס איז געבליבן א טאג לענגער אין פוילן נאכן מסע הקודש "בוני המלוכה", באזוכט אינעם בית השחיטה אונטער די השגחה פונעם בד"ץ עדה החרדית וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף מהודר'דיגע שחיטה און אויף די כשרות הבשר פון די פיקדלי פלייש פירמע.

Blog Image

איינדרוקספולער מאמענט אויפ'ן פליגער נאכן מסע הקודש "בוני המלוכה" בראשות האדמו"ר מסאטמאר קיין אייראפע ווען הרה"ח רבי שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק, ליינט פאר די הארציגע דאנק-שורות וואס דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן פאר העסקן ר' יוסף יוזפא לאנדא הי"ו אינעם ספר קול יהודה וואס דער רבי האט אים געשאנקן לאות הכרת הטוב נאך די העכסט געלונגענע נסיעה.

Blog Image

הבחור אלעזר יחזקאל שרגא רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא באזוכט דעם מוצאי שבת ביי האדמו"ר מנאראל אין בני ברק.

Blog Image

שובו לכם לאהליכם: האדמו"ר מסאטמאר ביים זיך אומקערן לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג נאכן געהויבענעם מסע הקודש "בוני המלוכה" קיין אייראפע.

אין די טעג איז דער ערשטע געביידע פון די וויזניצע ישיבה "בית ישראל ודמשק אליעזר" בנשיאותו פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע, ארויסגעשטעלט צום פארקויפן פאר די אסטראנאמישע סומע פון 32 מיליאן שקל.

Blog Image

דער מומחה בעולם הצדקות ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו ביים אויסרופן די פאנטאסטישע נדבה פון הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו מהיושבים ראשונה במלכות סאטמאר (מהרי"י) לטובת די קאמפיין פאר מוסדות יטב לב דחסידי סאטמאר (מהר"א) בארה"ק.

האדמו"ר מסקולען ביים איבערגעבן א שיחת חיזוק פאר תלמידי ישיבת תורת אבות אין בארא פארק נאך וואס די בחורים האבן מיטגעדאוונט א ווארעמע תפילת שחרית מיטן רבי'ן.

Blog Image

דער שעריף פון סאליווען קאונטי באטייליגט זיך ביים מעמד יציקת היסודות פאר די נייע בנין משכן חוה פעסיל אין מחנה אהל ברוך קראסנא אין מאנטיסעלא, ווערנדיג אויפגענומען בכבוד הראוי דורך הגה"צ אבד"ק קראסנא שליט"א.

Blog Image

הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביים שרייבן קוויטלעך פאר די נגידים חברי "בוני המלוכה" וועלכע האבן מיטגעהאלטן די נסיעה רוממה בראשות האדמו"ר מסאטמאר צו די קברי אבות אין אייראפע.

Blog Image

האדמו"ר מספינקא ביים ציילן ספירת העומר בנוסח ספינקא – זידיטשוב די וואך מאנטאג אויפן דאן פונעם מערה אין אתרא קדישא מירון.

האדמו"ר מסאטמאר איז מעיין אינעם ספר הק' דברי חיים, אנקומענדיג צום ציון הק' פונעם מחבר דער הייליגער צאנזער רב זי"ע בעת די מסע הקודש "בוני המלוכה" לערבי אבותיו אין אייראפע.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב בר אילן טאנצט מיט די צעירי הצאן ביים מעמד ההדלקה דעם ל"ג בעומר העעל"ט.

Blog Image

הרב אריה דרעי פארזיצער פון די ספרדישע ש"ס פארטיי מערקט "קרישקעס" אין די פוריה שפיטאל אין טבריה ביים נאכפאלגן דער מצב הבריאות פונעם מקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה.

Blog Image

הגרב"ד פוברסקי ראש ישיבת פאנאוויטש איז עוסק בתורה בנאות דשא אין עיר הקודש טבריה.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט באזוכט די וואך אין די נאסטאלגישע ביהמ"ד פון זקינו הרה"ק מקרעטשניף זי"ע אין שיכון קרעטשניף – כפר עטה.

Blog Image

האדמו"ר ממונקאטש אין א ברודערליכע שמועס מיט אחיו האדמו"ר מדינוב ביים סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע די וואך.

Blog Image

האדמו"ר מפיטסבורג אין א ריקוד מיט די צענדליגע יתומים וואס זענען אנגעשלאסן אין די בארימטע אירגון "זה לזה" און האבן געפייערט זייער בר מצוה וואס ברוב פאר והדר אין די בניני האומה זאל אין ירושלים.

בשעת'ן מעמד התפילה דורך האדמו"ר מסאטמאר ביים ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע האבן צענדליגער תלמידי ישיבה גדולה ד'סאטמאר זיך פארזאמלט ביים ציון פונעם רב הכולל זצ"ל אין קווינס, און מיטגעהאלטן די לייוו-הוקאפ פון די דרשה פונעם רבי'ן בבכיות נוראות לבקש רחמים על עמך בית ישראל.

Blog Image

הגאון הגדול דומ״ץ קרית יואל שליט״א שמועסט מיט איינס פון די ערשטע קינדערלעך וועלכע גייען נתחנך ווערן אינעם עיר ואם בישראל לעיקפראנט, פארגאנגענע וואך נאכן מעמד אבן הפינה פאר'ן בנין הביהמ"ד.

Blog Image

הגה"צ לאפושער רב שליט"א ביים איבערגעבן פאר האדמו"ר מסאטמאר דעם הייליגן טלית פון מרן הישמח משה זי"ע אין די שטאט אוהעל, וואו עס האט זיך פארצויגן א הערליכן שמועס איבער די חפצים של צדיק מאוצרו הטוב פונעם רב שליט"א.

Blog Image

דער פראכטפולער חדר פרטי פון האדמו"ר מסאטמאר אינעם "דאבעל טרי הילטאן" האטעל אין קראקא צוגערישט בכבוד המלכות כראוי וכיאות.

Blog Image

היימישע סאטמארע עסקנים פון קרית יואל דינען אלס סארווירער אויפ'ן פליגער און פירן אויס אלע פונקציעס פון די געווענליכע פלייט אטענדענס, ביים מסע הקודש "בוני המלוכה" פון האדמו"ר מסאטמאר קיין אייראפע.

Blog Image

"קרישקעס" וואונטשט א ברכת מזל טוב פאר החתן החשוב לייבל גליק הי"ו פון לאנדאן לרגל שמחת נישואי למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת.

שרייבט א קאמענט