די וואך שבת אחרי קדושים העעל"ט האט כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א אפגעראכטן א שבת התוועדות לרגל די שבת יארצייט פונעם פאטער הגה"צ בעל ברכת משה מסערט וויזניץ זצ"ל, און שבת פאר די הונדערטסטע יארצייט פונעם פעטער הרה"ק רבי משה משאץ זי"ע זון פונעם הייליגן אמרי ברוך פון וויזניץ, בבית מדרשו אין חיפה. זונטאג פארמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין בני ברק צום ציון פונעם טאטן אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ אויפן בית החיים זכרון מאיר.