פארלאפענעם מאנטאג אחרי קדושים ג' אייר די הילולא קדישא פונעם מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע איז אין דער שטאט לינדען אפגעראכטן געווארן א גרויסער סעודת הילולא בראשות כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א אינאיינעם מיטן דינער "ליל הישועות" אוועקצושטעלן א יסוד איתן פארן רבינ'ס צדקה קאסע וואס פארטיילט שווערע געלטער פאר נצרכים און עניי ארץ ישראל, ס'איז פארגעקומען אין די זאל פון אנשי חסד אין לינדען, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער תושבי העיר אין שפיץ פון די חשובע רבנים פון שטאט.