הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


פרעזידענט טראמפ צייגט פאר די רבנים א קארטל מיט א בילד פון יעדן פון די רביים, מיט א קלארן חשבון וויפיל חסידים פון יעדן קהילה האבן פאר אים געשטימט אין די פארלאפענע וואלן.

Blog Image

ביים באזוך היינט דורך הגאון ר' דניאל חיים אלתר שליט"א, ראש ישיבה קטנה פני מנחם, ביי האדמו"ר מפשעווארסק אין אנטווערפן, האט דער רבי געהייסן איבערגעבן א ווארימע פריסת שלום פאר זיין ברודער ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א.

באקאנטער עוסק בצרכי ציבור הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו טאנצט מצוה טאנץ ביי די חתונה פון א אייניקל מיט א שבח והודאה נאכן זיין פאשלאפט על ערש דווי אין א שווערן מצב ל"ע.

הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א, דומ"ץ שיכון סקווירא, טרעט אויף ביים כינוס רבנים ודיינים דורך מפעל "המדריך להוראה" בנשיאותו, וואו דער דיין האט אדרעסירט די נושא פון AI ברפואה.

הרבני הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו איז מקבל ברכת קדשו פון האדמו"ר מתולדות אהרן היינט נאכמיטאג ביים מעמד קביעות מזוזות פאר די נייע אפיסעס פון די רופא חולים ארגאניזאציע RCCS אין ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ווערט באמערקט ביים אוהל הקודש פון אדמור"י ליובאוויטש אין קווינס, זייענדיג צוגאסט אין ניו יארק די וואך.

Blog Image

האדמו"ר מזידיטשוב ווערצקי ווערט געבענטשט דורך דורכן פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א צום נייעם יאר.

Blog Image

כבוד התורה: הגאון הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע רעכט אפ מסיבת סיום הש"ס לכבודו פון א תלמיד אין די ישיבה וואס האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים אנוואונטשן די מעסערס וואס זענען פארטיילט געווארן לכבוד יום טוב ראש השנה פאר די נגידי החסידות וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים אדירים לטובת די נייע בניני המוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג בארה"ק.

Blog Image

רירנדע בילד פון האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ביי זיין באזוך די וואך אינעם מוסד אהובים אין לאנדאן פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א שמועס מיט'ן בעל מנגן הרב הערשי וויינבערגער, זייענדיג מלובש מיט א ווייסן וועסטל פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז געברענגט געווארן צום רבי'ן דורך הרה"ח ר' אביגדור שלום שווארטץ הי"ו פון די עתיקים ליציטאציע פירמע.

Blog Image

הרה"צ ר' פנחס אלחנן מאנדלבוים שליט"א אב"ד חאנטשין מאנסי, באזוכט אינעם אור-אלטן בית הכנסת אין שטאט חאנטשין אין פוילן, באגלייט דורכן מעיאר פון שטאט.

Blog Image

האדמו"ר ממעזיבוזש ביים שארפן א מעסער לכבוד ראש השנה פאר איינע פון די תומכי המוסדות.

דוד זיני, דער פירער פון שב"כ, די מדינת ישראל זיכערהייט און קאנטער-שפיאנאזש סערוויס, באזוכט אין די חב"ד הויפטקווארטיר אין קראון הייטס אין באגלייטונג פון לובאוויטשער עסקנים.

Blog Image

דער אלעמען באקאנטער ר' אפרים פעדער פון לעיקוואוד באזוכט אין די נייע פארענדיגטע בית המדרש הגדול ראחמיסטריווקא-אוקענוויין אין לעיקוואוד, זיך גרייטנדיג צום פתיחת שערי בית המדרש דעם א' סליחות.

האדמו"ר מזידיטשוב פרעמישלא, טאנצט מצוה טאנץ ביי א חתונה פון א חסיד די וואך, דערמאנענדיג דמות דיוקנו פון די געהויבענע ריקודין של מצוה פון זקינו הרה"ק מטאהש זי"ע.

הרה"ח ר' משה וואלף קליין הי"ו מנאמני בית האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י), באגריסט זיך מיט האדמו"ר מסאטמאר, אנקומענדיג אינעם ווייסן הויז קאמפלעקס היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג.

Blog Image

סיפור נפלא דורכן מגיד מישרים, הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, ביי זיין וועכנטליכן שיעור די וואך.

די קינדערלעך פון די "אידיש נחת" כאר ביים מהנה זיין האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן מיט זייערע זיסע שטימעס ביי א מאורע דעם מוצאי שבת אין לאנדאן.

האדמו" מצאנז קלויזענבורג אין א שמועס בנועם שיח מיטן שוואגער גאב"ד קרית צאנז ירושלים ביים שמחת השבע ברכות בבית הנגיד ר' אליהו שלאסבערג בהרי ירושלים.

Blog Image

הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית המדרש גבוה דלעיקוואוד, איז דן איבער די צדדי ההלכה פון זאגן די ברכה "הנותן תשועה למלכים" איידער דער היסטארישער זיצונג היינט נאכמיטאג ביים אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה.

העסקן רבי יואלי ווייס הי"ו, מנאמני ביתו פון האדמו"ר מסאטמאר, איז מקבל כוס של ברכה ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא.

Blog Image

שיין בילד פון הגה"צ רבי בנימין ברייער שליט"א דומ"ץ וויען, ביים לערנען מיט זיין זון אין די וויענער קעמפ אין די קעטסקילס, איידער דער מעמד הנחת אבן הפינה פאר דער נייער דארמיטארי געביידע אינעם קעמפ, וואו דער דיין האט זיך משתתף געווען.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין מאנסי, באשיינט ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פונעם היימישן זשורנאליסט הרב ר' מענדל אונגאר הי"ו.

ר' יואל ווערטהיימער, מבאי-ביתו פון האדמו"ר מסאטמאר ביים פארטיילן אייז-קאלטע וואסער פאר אנוועזנדע אידישע רעפארטערס נעבן ווייסן הויז.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים אנטון דעם הייליגן טלית פון הרה"ק מריבניץ זי"ע געברענגט געווארן דורך די ״עתיקים" אנטיקן האנדלער אין שפיץ פון הרה"ח ר' אביגדור שלום שווארטץ הי"ו.

נאסטאלגיש בילד פון א טיש בראשית ממלכתו פון האדמו"ר מבעלזא מיט צענדליגער יארן צוריק. שטייענדיג צווייטער פון רעכטס ווערט באמערקט האדמו"ר מדאראג וועלכער איז דאן געווען פון די חשובע משפיעים אין בעלזא.

Blog Image

המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א ווערט געזען ברחובות אנטווערפן, וואו דער משפיע איז געווען צוגאסט פאריגן שבת בצל האדמו"ר מפשעווארסק.

Blog Image

ביים באזוך מוצאי שבת קודש בביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מפשעווארסק.

Blog Image

ברוס בלעיקמאן, וועלכער לויפט פאר'ן אמט פון גאווערנאר פון ניו יארק סטעיט, אין א שמועס מיט האדמו"ר מביאלא בני ברק, מיט וועם ער פארמאגט א נאנטן שייכות, וואו דער רבי האט אים אנגעוואונטשן צו די בעפארשטייענדע וואלן.

Blog Image

 האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ביים צוזאמלייגן די טלית מוצאי שבת כמנהג ישראל תורה, וויילנדיג אין דער שטאט ערד אויף אפרוה.

פרישע איניציאטיוו דורך הנהלת ק"ק סאטמאר בארה"ק צו קענען זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בעת שהותו אין חוץ לארץ.

Blog Image

אין די טעג האט מען געגאסן די יסודות ארום דעם מקום הציון פונעם חשוב'ן מקובל און מחזיר בתשובה הגה"צ ר' עמוס גואטה זצ"ל פון שטאט נתניה, וועלכער איז טראגיש אומגעקומען נאכ'ן ווערן געשטאכן דורך א גייסטיש אומסטאבילער פארשוין. דער גיגאנטישער אהל וועט געבויט ווערן אויף א מאסיוון שטח פון ארום ניין הונדערט קברים אויפן בית החיים ותיקין אין נתניה, וואס די תלמידים פונעם מקובל האבן אפגעקויפט בדמים תרתי משמע.

Blog Image

האדמו"ר מהארנסטייפל דינט אלס עומד מצד ביי א חתונה די וואך פון א יתום מאנשי שלומו, ווי דעם רבי'נס נאמען ערשיינט אויפ'ן הזמנה אלס דער מחותן ביי די שמחה.

Blog Image

העסקן הרה"ח ר' מרדכי גרינוואלד הי"ו, שמש אין בית מדרש הגדול ד'שיכון סקווירא, מערקט "קרישקעס" צווישן די פילע משתתפים ביים שמחת הבר מצוה פון א זון פונעם היימישן זשורנאליסט הרב ר' מענדל אונגאר הי"ו.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עתה ביים פארזינגען דעם באקאנטן "זכרנו לחיים", וואס זקינו הרה"ק מקרעטשניף זי"ע פלעגט זינגען רונדע דעם יאר, ובפרט בימי חודש אלול, בשעת'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

די וואך, שטייענדיג נאך אין די שבעת ימי המשתה בחצר הקודש זוטשקא, האט "קרישקעס" באגעגנט דעם מחותן האדמו"ר מזוטשקא, גייענדיג אויף די בני ברק'ער גאסן כאחד האדם אן קיין משמשים.

Blog Image

א קורצן איבערבליק פונעם מעמד ההדלקה רבתי דורך המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, נאכ'ן געהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון בראשות האדמו"ר מוויזניץ מאנסי.

בנש"ק הרב חיים מייזליש, אייניקל פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, ווערט געזען בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא, קומענדיג זיך וואונטשן צום נייעם יאר.

Blog Image

הגאון רבי שלמה קאהן שליט"א, גאב"ד מעלבוירן אויסטראליע, ווערט באמערקט אויפ'ן דאך פונעם נייעם בנין המקוה דקהל עדת ישראל אין מעלבוירן, זיך גרייטנדיג אנצופילן די אוצרות מי גשמים פון די מקוה טהרה.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, אנקומענדיג די וואך אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו אין בית לחם, באגלייט מיט הונדערטער חסידים.

דער בעל מנגן און מלחין נפלא, הרב ירמיה דאמען שליט"א משגיח ישיבת בעלזא אין טעלז סטון, איז מהנה מיט זיין קול מעורר ביים מעמד כוללות קוויטל פאר די טויזנטער תלמידי ישיבות קטנות דחסידי בעלזא בצל הקודש פון האדמו"ר מבעלזא.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף קרית גת אין א ריקוד מיט'ן הויז בחור החתן שלום מאסקאוויטש ביי זיין חתונה די וואך. "קרישקעס" וואונטשט א הארציגן ברכת מזל טוב.

Blog Image

צאנזער חסידים, יונג און אלט, שלענגלען זיך אין די רייען דורכצוגיין ביי האדמו"ר מצאנז מקבל צו זיין דעם ברכת השנה צום נייעם יאר.

Blog Image

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים טרעט אויף מיט א דרשת התעוררות לקראת די ימי הרחמים ורצון אין ישיבת נצח התורה אין לארענס, וואו דער רבי האט גערעדט א פליסיגן ענגליש, זייענדיג א יליד לאנדאן.

הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האדמו"ר מסאטמאר באגריסן הרבני הנגיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו ביים מסיבה מפוארה לנגידים וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין מאנסי לטובת די סאטמארער מתיבתא תורה ויראה אין שטאט.

Blog Image

האדמורי"ם מביאלא בית שמש און ביאלא בארא פארק שפאצירן צווישן די קארידארן פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, נאכ'ן מבקר חולה זיין ביים ברודער כ"ק אדמו"ר מביאלא- אוסטרובא זצ"ל, וועלכער איז דארט געווען שפיטאליזירט ביז צו זיין פטירה דעם אנהייב וואך.

Blog Image

הנגיד ר' שמואל האלפרין הי"ו, בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקווירא, מיט די נייע דף היומי משניות וואס ער האט ערפינדן און איז היינט שטארק צעשפרייט בכל תפוצות ישראל.

דעם שבת אינדערפרי האבן די משכימי קום, מתפללים אין בית המדרש אור החיים אין וויליאמסבורג מיטגעהאלטן א שיעור נפלא דורך הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אין די נושא פון "איזהו עשיר השמח בחלקו" במשנת התפארת שלמה. 

Blog Image

הרה"ג ר' שלמה זלמן פרידמאן שליט"א אב"ד סאנטוב אין זיין גליון נועם שיח ציטירט אן אינטערעסאנטע עובדא בשם האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל איבער אנגעבן א צווייטער איד צום פאליציי אין אן אויסנאם פאל.

Blog Image

דער קיטל פון הרה"ק בעל דבר חיים מנדבורנא זצוק"ל ווערט ערצייגט ביי א דינער לטובת די אויפבוי פון די נייע בית המדרש דחסידי נדבורא ירושלים אין שטאט ביתר. די קיטל איז שפעטער צונומען געווארן, און מיט דעם שטאף האט מען אויפגענייט ספעציעלע גארטלעך פאר די בונים ומקימים פונעם נייעם בית המדרש.

Blog Image

חצר הקודש וויזניץ מאנסי מיט שעפערישן געדאנק צו געבן היימישע נעמען פאר די געסלעך פונעם שטעטל מירון נאך די צדיקים פון שושלת בית קאסוב וויזניץ לכבוד דעם שבת אין אתרא קדישא מירון.

Blog Image

בשעת ווען האדמו"ר מסאטמאר באזוכט די וואך אין ביהמ"ד הגדול זיך אומצוקוקן אויף די רענאוואציע ארבעט באמערקט "קרישקעס" ווי די פילע לומדים אינעם היכל התורה קוקן ארויס פון די שפאלטענעס מיטהאלטן דעם רבי'נס באזוך.

Blog Image

ביים וועכנטליכן שפאציר מיט די תלמידי הישיבה גדולה שעפט האדמו"ר מקראלי נחת דקדושה פון די קבלות בעניני טעכנעלאגיע פון די תלמידים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם אלטוועלטליכן 'הגיבורים קבלה דרייוו'.

Blog Image

העסקן ר' יודל שפיטצער, מנאמני בית האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא, מערקט "קרישקעס" אויף די געסעלעך פון מאה שערים אין ירושלים.

Blog Image

בחורי חסידי וויזניץ מאנסי האלטן פאר דעם פאטאגראפירער ביים באזוך די וואך פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי ביים אנוואונטשן דער בעל מנגן ר' בנצי שטיין, נאך וואס ער האט מהנה געווען מגרונו ביי איינע פון די מעמדים בשעת די וויזניצער רבי'נס באזוך אין ירושלים.

Blog Image

האדמו"ר ממחנובקא בעלזא באזוכט אין די נייע בית המדרש הגדול סטריקוב אין בני ברק, נאכן זיך משתתף זיין ביי א שמחה בחצר הקודש סטריקוב, וואו האדמו"ר מסטריקוב האט פארבעטן דעם רבי'ן ארויפצוגיין באטראכטן דעם נייעם בית המדרש.

Blog Image

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי אין א שמועס מיט ר' אברהם יעקב טערקלטויב, אידישער קארעספאנדענט אינעם ווייסן הויז, אנקומענדיג צום היסטארישן זיצונג אין וואשינגטאן די.סי. היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג.

Blog Image

האדמו"ר מסאטמאר ווערט באמערקט אונטער די חופה פון נכדו החתן די וואך מיט'ן שטעקן פון דודו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, צו מעורר זיין זכות אבות אין אזעלכע הייליגע מאמענטן.

Blog Image

דער בעל מנגן ר' פנחס וועבער ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביי א שמחה אין וויליאמסבורג די וואך.

Blog Image

שלוחא דרבנן העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו ווארט אין די רייע דורכצוגיין ביי האדמו"ר מצאנז בשעת די טעגליכע זמני כניסה לקראת די ימי הרחמים והרצון.

Blog Image

שרייבט א קאמענט