דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן האבן די הונדערטער תלמידי הישיבה הגדולה דחסידי וויזניץ מאנסי, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, באזוכט בהיכל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אן אייניקל ביי חתנו הגדול הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר שליט"א.
ביי די שמחת הברית וואס איז פארגעקומען אין גרויסן בית המדרש תולדות אברהם יצחק, איז דער עלטער זיידע דער רבי שליט"א געווען סנדק, און דער חשוב'ער גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז מכובד געווארן מיט די ברכות און קריאת השם. באזונדער האט מען מכבד געווען דעם וויזניצער רבי'נס איידעם, הגה"צ רבי נפתלי מרדכי טויב שליט"א אבד"ק קאלוב טשעסנאט רידזש, מיט כסא של אליהו, זייענדיג א פעטער ביי די שמחה.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, בשילוב מיט'ן שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון החתן, אן אייניקל פון הגה"צ אב"ד אוהעל מאנסי שליט"א, מיט די כלה, אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אן אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א, און אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א פון מאנסי.
אויסער וואס דער חתן איז א תלמיד אין די וויזניצער ישיבה גדולה אין נייעק, איז דער וויזניצער רבי שליט"א א טאפלטע פעטער ביי די שמחה. מען האט געזינגען א רייע פרייליכע וויזניצער ניגונים לכבוד די שמחה כפולה. די אדמו"רים שליט"א האבן ווארעם פארברענגט בנועם שיח איבער פארשידענע ענינים און מנהגים פון די ימים הנוראים בבית וויזניץ, און דער וויזניצער רבי האט דורש געווען בשלומו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורי חמד, ווי ער האט ארומגערעדט איבער די השתוקקות פונעם הייליגן אמרי חיים קיין אתרא קדישא מירון, און געוואונטשן די בחורים אז מען זאל מיטנעמען די השפעות פון די נסיעה קיין ארץ ישראל אויף ווייטער, און יעדער זאל געהאלפן ווערן בכל משאלות לבם לטובה ולברכה.
דערנאך האט דער וויזניצער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש, ארויסהייבנדיג דעם קשר עליון פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מיט'ן זיידן דער הייליגער אמרי חיים, די קאך אין שבת קודש וואס ער האט קונה געווען פון אים, און איז דאס מנחיל ווייטער פאר די חסידים וכל הבאים בצל קורתו.
צום שלוס זענען אלע בחורים דורך ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מקבל צו זיין ברכת קדשו צום נייעם יאר, און די רבי'ס האבן זיך געזעגנט לחיים ולשלום.
























