הויפט בלאט באריכט מאסן תושבי בארא פארק האבן באגלייט למנוחות הגה"צ אבד"ק זאלישא זצ"ל

מאסן תושבי בארא פארק האבן באגלייט למנוחות הגה"צ אבד"ק זאלישא זצ"ל

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.


מיט שווערע געמיטער האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, שריד לדור הישן, הגאון הצדיק רבי ישראל יעקב יוקל הורוויץ זכר צדיק לברכה, אבד"ק זאליזשא ומזקני וחשובי הרבנים אין בארא פארק, וועלכער איז בעצם יום השבת קודש נסתלק געווארן לגנזי מרומים בשיבה טובה, אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר.

זונטאג אינדערפרי נאכן טהרה אין די יראים טשאפל האט זיך די מיטה אפגעשטעלט פארנט פון זיין שטוב, וואו די בני המשפחה האבן זיך געזעגענט. פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן צום בית המדרש סטריזוב, וואו עס האבן זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור מתפללים, מעריצים, און תושבי השכונה אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים אפצוגעבן דעם כבוד האחרון און באוויינען די אבידה שאין לה תמורה.

צום ערשט האט מיט א געשטיקטע קול פון טרערן מספיד געווען גיסו הגה"צ רבי זלמן לייב ראזענבערגער שליט"א מגמזו, און דערנאך האבן באוויינט די ביטערע אבידה זיינע צוויי זין בנו הגדול הגה"צ רבי זלמן לייב הורוויץ שליט"א דומ"ץ מכון להוראה מאנסי, און בנו הגה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א אבד"ק קדושת יום טוב סאטמאר בארא פארק, וועלכע האבן זיך שווער געזעגענט און מפליא געווען זיין גרויסקייט בתורה עבודה ובגמילות חסדים.

שפעטער האט בקול בכי תמרורים מספיד געווען אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע התמדה בתורה פונעם רב זצ"ל יום ולילה לא ישבותו, זיין לב טוב, און דערציילט געהויבענע שטריכן פון זיינע יונגע יארן בבית אביהם.

דער רבי האט בתוך דבריו דערציילט אז טראץ וואס ער האט שבת נישט געוואוסט אז זיין ברודער איז נסתלק געווארן, האט ער זיך געחולמט וואו פילע נשמות דרייען זיך ארום אין שטוב, און שפעטער הערנדיג די בשורה קשה האט ער פארשטאנען אז דאס זענען די נשמות פון די אבות הקדושים וואס זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם חשובן ברודער.

ווייטער זענען געהערט געווארן דברי הספד פון דריי פון זיינע חשובע איידעמער: הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אבד"ק ברעזאן, הגה"צ רבי מאיר יחזקאל לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא בארא פארק, און הרה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א. 

דאן האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט בקול נהי ארומגערעדט ווי דער רב זצ"ל האט איבערגעפלאנצט דעם אמאליגן לעבנס שטייגער פונדערהיים דאהי אין אמעריקא און אוועקגעשטעלט אזא הערליכן דור  יראים ושלמים.

דערנאך האט א נאנטער קרוב און ידיד נעוריו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מספיד געווען און דערציילט איבער זיין גדלות נאך פון יונגווייז אן ווען ער האט מיט אים געלערנט אין ישיבת בית מדרש עליון, ארויסהייבנדיג אז ער איז געווען אויסגעצייכנט בכתר תורה, כתר כהונה, כתר מלכות, וכתר שם טוב עולה על גביהן. נאכדעם האט מספיד געווען שער בשרו כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א.

נאך די הספדים האט מען אפגעראכטן די הקפות כנהוג, און אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א האט געריסן קריעה בשם ומלכות. דערנאך איז די מיטה ארויסבאגלייט געווארן ברחובה של עיר דורך די זעכצנסטע עוועניו, וואו הונדערטער אידן האבן באגלייט דעם ארון ובראשם אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מסאטמאר, באבוב 45, מונקאטש, דינוב, קראלי, אבד"ק נעפלעמיץ, אבד"ק טארטיקוב, אבד"ק קראסנא, דומ"ץ סאטמאר קליימער, אבד"ק צעצישינוב, און נאך פילע רבנים חשובים. 

פון דארט איז דער מסע הלוויה ארויסגעפארן צום בית החיים אין קרית יואל וואו עס האבן ביים אריינגאנג צום פעלד מספיד געווען זיין איידעם הגה"צ רבי יואל שפיטץ שליט"א, זיינע נעפיוס הגה"צ רבי יעקב הערש הורוויץ שליט"א מסטריזוב און הרה"צ רבי יעקב אליעזר הורוויץ שליט"א מסטריזוב, און דער ראש הקהל דקהל סטריזוב הרה"ח ר' מאיר יחיאל פערלשטיין הי"ו בשם הביהמ"ד והקהילה. דאן האבן די קינדער געריסן קריעה, און נאך די סתימת הגולל האבן די קינדער הרבנים געזאגט קדיש, און די אנוועזנדע האבן מנחם געווען די אבלים צווישן די שורות כנהוג.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט