הויפט בלאט בילדער קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


האדמו"ר מסאדיגורא אויף א באזוך די וואך ביים פעטער מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר.

האדמור"ים מסאטמאר אין באבוב אין א שמועס נאכן די זיצונג אינעם רוזעוועלט צימער אינעם ווייסן הויז, איידער די היסטארישע אויפנאמע ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה.

Blog Image

לאנגע ליניע שלענגלט זיך ביז צום גאס בביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מסאטמאר אין קרית יואל, וואו הונדערטער ווארטן, ווי יעדע נאכט אין די ימי הרחמים והרצון, אריינצוגיין בקודש פנימה בעפארן נייע יאר.

Blog Image

די וואך, בעת האדמו"ר מוויזניץ האט זיך געפונען אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים אויף א רוטינע באהאנדלונג, האט דער דירעקטאר פונעם שפיטאל, פראפעסאר יורם ווייס, מכבד געווען דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה אין די נייע העמאטאלאגישע אפטיילונג אינעם שפיטאל.

Blog Image

נייער איינשטעל דורך ק"ק סקווירא צו פארקויפן פון פאראויס די זכות עליות לתורה בימי ראש השנה דורך א דיגיטאלע ליציטאציע פלאטפארמע, וועלכע ערווענט די אויסגעהאלטנקייט עפ"י הוראות רבני לטהר דחסידי סקווירא.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואוד קוקט זיך צו מיט הנאה ווי אחיו הצעיר האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין איז קובע די מזוזה ביים אריינגאנג צו בית מדרשו החדש אין די אוקענוויין געגנט אין לעיקוואוד.

Blog Image

האדמו"ר מצאנז באטראכט גאר היסטארישע בגדי קודש, א בעקיטשע פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע און א עטרה פון הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע וואס געפינט זיך בבית גנזיו פון אן אייניקל פון די דאזיגע צדיקים שרפי מעלה א תושב אין קרית צאנז ירושלים.

Blog Image

די ברידער האדמו"ר מאלכסנדר בארא פארק און הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר וואונטשן זיך מזל טוב ביי א משפחה שמחה די וואך. (קרעדיט: JDN)

Blog Image

צווישן די פילע רבנים המשתתפים ביים וויכטיגן כינוס הלכה רבתי בתורת הרפואה דורך 'מכון המדריך להוראה' בראשות הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, מערקט "קרישקעס" די קינדער פון האדמו"ר מסקווירא הרה"צ רבי יעקב יוסף און הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א.

Blog Image

דעם זונטאג פארטאגס איידער אמירת סליחות במוצאי מנוחה איז אין א מזל'דיגע שעה באנייעט געווארן די פראכטפולע ביהמ"ד "עתרת שלום" קאסאן אין לינדען, בנשיאות האדמו"ר מקאסאן וועלכער האט מיט א רגש דקדושה קובע געווען די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג צום ביהמ"ד.

האדמו"ר מוויזניץ איז זיך משתתף ביי א סיום כתיבת האותיות פאר א ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חסידי וידידי בית מאקאווא אויפ'ן אינציאטיוו פון גאב"ד מאקאווא, פארגעקומען אין שטוב פון העסקן הרב מנחם גשייד הי"ו אין בני ברק.

די דראמאטישע מאמענטן אין די "מראות הקודש" קאמענד סענטער בחצר הקודש בעלזא, בשעת מ'האט געבראכן די נייעס פאר די חסידים אז האדמו"ר מבעלזא איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל דעם זונטאג א' סליחות אינדערפרי.

ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם: באבוב'ע בחורים, תלמידי ישיבת קדושת ציון אין קרית באבוב – בת ים, פארן אהיים קיין ניו יארק צו די ימי בין הזמנים מיט די ריכטיגע שמירה נישט נכשל צו ווערן מיט די שמירת עינים נסיונות אויפ'ן עראפלאן.

Blog Image

 כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א ביים אנוואונטשן א חתן, אן אייניקל פון האדמו"ר מפשעווארסק, לקראת זיין חתונה בשעטומ"צ דעם חודש חשון הבעל"ט.

Blog Image

הגה"צ ר' דניאל חיים אלתר שליט"א, ראש ישיבה קטנה פני מנחם, באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, בעת זיין באזוך די וואך אין שטאט.

Blog Image

גאב"ד אנטווערפן באזוכט אין די נייע מקוה וואס איז געבויט געווארן בבית מדרשו פון האדמו"ר משאץ אנטווערפן, און ווערט באנייט לקראת ירח האיתנים הבעל"ט.

Blog Image

אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות, איז האדמו"ר מנדבורנה אפגעפלויגן קיין אייראפע ספעציעל פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פון מרנא ורבנא דער הייליגער חתם סופר זי"ע אין פרעשבארג, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל.

Blog Image

שיין בילד פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביי הבדלה דעם מוצאי שבת אין די אכסניא בגלילות ירושלים, ווי דער משב"ק גיבט אכטונג אז דעם רבינ'ס שטריימל זאל זיך נישט אנכאפן פון די ברענעדיגע הבדלה ליכט.

Blog Image

הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא איז מטיב איינער פון די נישט-אידישע ארבייטער אויפ'ן שטח הבניה פונעם נייעם בנין הישיבה קטנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין מאנסי, ביים חגיגת הנחת אבן הפינה דעם פארלאפענעם וואך.

Blog Image

שיין בילד פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שפאצירנדיג צווישן די קברים אויפ'ן הר הזיתים, וואו דער רבי האט מתפלל געווען ביי די קברי אבות.

Blog Image

שיין בילד פון האדמו"ר מקראלי ביים פארטיילן זיסווארג פאר ילדי חן אין מחנה זרע אברהם קראלי אין סאוט פאולסבורג.

Blog Image

הונדערטער חסידי באיאן פארזאמלט אויף א מעמד תפילת רבים ביי מערת המכפלה אין חברון, מתפלל צו זיין לחיזוק הכוחות פון מורם ורבם האדמו"ר מבאיאן.

דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שלמה טריכטער ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, נאכ'ן פאראייביגן א פריוואטע מאורע אינעם רבינ'ס אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט אין ירושלים.

Blog Image

צאנז קלויזענבורגער חסידים אין בארא פארק פארזאמלט מוצאי שבת סליחות אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק ביים מיטהאלטן א הוקאפ פון די סליחות ראשונות בצל האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג בריחוק מקום אין ירושלים.

Blog Image

העסקן ר' יאסי געשטעטנער הי"ו אדרעסירט די אמעריקאנער מידיע נאכן היסטארישן זיצונג דורך די גדולי האדמור"ים אינעם ווייסן הויז.

שיין בילד פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביי תקיעת שופר איינע פון די יעצטיגער ימי חודש אלול.

Blog Image

אויך אין די לופטן זייענדיג אויפן פליגער קיין ארץ ישראל, איז האדמו"ר מוויזניץ ירושלים נישט מסיח דעת פון ארויסהעלפן חולי ישראל, דורך טעלעפאנישע פארבינדונג.

Blog Image

שארפע עדיטאריאל אינעם ליטווישע 'יתד נאמן' צייטונג וואס רייסט אראפ געהילפן פון די צוויי געוועזענער חברי כנסת מטעם די דגל התורה פארטיי, צוליב אנדרייען די מידיע קעגן גדולי ישראל.

Blog Image

נאך וואס די עדיטאריעל האט געשאפן א שטורעם האבן די מקורבים פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ארויסגעשטעלט צוויי ווידעא'ס צו קלאר שטעלן אז דער ראש הישיבה האט פערזענליך דורכגעליינט און באשטעטיגט דעם עדיטאריעל.

דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א שטאט אפ א באזוך אין שיכון סקווירא, און ווערט געזען ארויסקומען פון שטוב פונעם דיין הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א באגלייט דורך העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו מראשי ק"ק סקווירא.

הרב אליקים שטארק וואס איז די וואך באשטימט געווארן אלס חבר הכנסת מטעם ק"ק בעלזא, מערקט "קרישקעס" אין א שמועס בענינים העומדים על הפרק מיט הרב טוביה לאנדא, נכדו חביבו פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א.

Blog Image

גאב"ד מאקאווא באזוכט אין די "שבת מארקעט" געשעפט אין ירושלים אונטער די אייגנטומערשאפט פון מקורבו ר' שמואל ווייס הי"ו.

הרה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי איז מתפלל א הייסע תפילה בעת וואס די עושי המלאכה גיסן די צעמענט פאר די נייע ריזיגער בנין הביהמ"ד בית מרדכי אין מאנסי.

האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג אין א שמועס מיט האדמו"ר מביאלא, נאכן מעמד אמירת סליחות דעם זונטאג פארטאגס אין ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים, וואו דער רבי האט באדאנקט דעם ביאלא רבי'ן פארן צושטעלן דאס ביהמ"ד בטוב עין.

Blog Image

דעם פארגאנגענעם זונטאג איז פארגעקומען די מעמד הכתרה אין די היסטארישע קהל עדת ישורון שוהל אין וואשינגטאן הייטס, ווי הגאון רבי לירון ראגאווסקי שליט"א איז אפיציעל געווארן אויפגענומען אלס רב הקהלה אויפן ארט פון הגאון רבי ישראל מאנטעל שליט"א וועלכער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין געיטסהעד.

Blog Image

אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק ווערט ארויפגעצויגן די גרויסע גאלעריע פאר די בחורים, פאר די תפילות פון ימים נוראים.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן איז מתפלל אינעם אהל הק' פון הרה"ק רבי יהודה'לע מדזיקוב זי"ע אין לאנדאן, וואו עס איז די וואך אפגעהאלטן געווארן א מעמד תפילת רבים לרפאותו השלימה פון האדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש.

Blog Image

גדולי ישראל שרייבן אריין אותיות אינעם ספר תורה וואס דער ענערגישע עסקן און נגיד ר' שי' גראוכער הי"ו לאזט שרייבן לעילוי נשמת זיין פאטער דער בעל מנגן ר' דדי גראוכער ע"ה.

לאנגיעריגער משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן מערקט 'קרישקעס' אין א שמועס מיטן באקאנטן עסקן הדגול ר' הערשי מארגערעטן פון די בארימטע 'אימפעריעל' מארבעל פירמע, וועלכע האט מייסטערהאפטיג אהערגעשטעלט דעם אויטענטישן הערליכע ארון הקודש אינעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.

Blog Image

דעם א' סליחות ביים בית המדרש הגדול אין קרית יואל האט "קרישקעס" באמערקט א קאר סערוויס פונעם ווייטן מאנטריאל קאנאדע, טראגנדיג א גרופע חסידים וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן די געהויבענע סליחות הראשונות בצל הקודש.

Blog Image

בחצר הקודש מודזיץ איז איינגעפירט געווארן א ספעציעלן פאטענט, צוליב די באקאנטע פארצויגענע ניגונים וואס ווערן געזונגען בשעת די תפילות, כדי דער ציבור זאל קלאר וויסן ווען צו ענטפערן אמן און אמן יהא שמיה רבה. דעם א' סליחות האט מען ממנה געווען איינע פון די חסידים וואס זאל שטיין אויפן ארון הקודש מיט א ספעציעל צוגעגרייטע שילד, אויף וועלכן עס ווערט אנגעצייכנט ווען דער ציבור דארף ענטפערן אמן, און ווען עס קומט אמן יהא שמיה רבה, אזוי אז אלע מתפללים זאלן קענען מיטהאלטן די ניגונים און אין דער זעלבער צייט נישט פארפאסן די עניית אמן.

Blog Image

האדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא פון ארה"ק ביים שלום נעמען פונעם זיידן האדמו"ר מקרעטשניף נאכן מיטהאלטן די סליחות ראשונות בצל קדשו אין קרית קרעטשניף רחובות.

Blog Image

האדמו"ר מסקולען לעיקוואד באזוכט אין די אייגנארטיגע ישיבה גבוה נתיב התורה אין די טאמס ריווער געגנט אין לעיקוואד.

האדמו"ר מתולדות אהרן איז מתפלל ביים קבר שמעון הצדיק אין ירושלים, פארלאפענעם ערב שבת סליחות.

וויצע פרעזידענט ווענס באטראכט דעם ספעציעל ערצייגטן לעדערנעם "הנותן תשועה" זאגער'ל איידער עס ווערט פרעזענטירט פאר'ן פרעזידענט ביים אויפנאמע מיט די גדולי האדמו"רים וראשי הישיבות.

Blog Image

בארימטער איש האשכולות וראש המדברים הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו ווערט באמערקט זיך אריינכאפן אין שפיטאל באישון לילה פארשטעלט ווי א הצלה וואלונטיר, צו באזוכן א בחור'ל וואס דארף א ישועה.

Blog Image

הנגיד החסיד ר' הערשל קאהן הי"ו, מנהל ומייסד פון די רופא חולים RCCS ארגאניזאציע, באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז בעת די זמני כניסה אין עיה"ק ירושלים, מקבל צו זיין ברכת קדשו לרגל די עפענונג פון די נייע RCCS אפיסעס אין ירושלים.

Blog Image

אידן פון אלע סארטן גייען אריין לברך ולהתברך ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק לכבוד דעם נייעם יאר.

Blog Image

ביים שמחת השבע ברכות פון ראקלענד ריעלטאר חיים כ״ץ הי"ו טוט הרה״צ ר׳ אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא מיטטיילן מיט די פארזאמלטע, דעטאלן ארום דעם היסטארישן באזוך אינעם ווייסן הויז, צווישן אנדערע רעדט ער איבערן פאקט מיט וועלכן טראמפ האט שטאלצירט אז אין שיכון סקווירא האבן %99.9 איינוואוינער געשטימט פאר אים.

א זיס יונגל דינט אלס שליח ציבור צו די יחי אדוננו הכרזה נאך אמירת סליחות בבית מדרשו של רבי אין די חב"ד הויפטקוואטיר אויף 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס.

אין די טעג האט ק"ק באבוב געשלאסן מקח אויף א הויז אין בארא פארק ביי 15 און 47 פארן אסטראנאמישע סומע פון $4,300,000. לויט באריכטן וועט זיך די וואודיסלאווער ביהמ"ד אהינציען, אזוי ארום וועט ק"ק באבוב קענען עווענטועל פארברייטערן זייער ביהמ"ד ארייננעמענדיג זייער יעצטיגער ביהמ"ד וואס געפונט זיך בשכינות.

Blog Image

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין די לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין אומאן, וואו דער רבי וועט וויילן אויף יום טוב ראש השנה כמידי שנה בשנה.

Blog Image

האדמו"ר ממעזיבוזש ביים מיטהאלטן די סליחות דורך טויזנטער אידן מאחינו הספרדים ביים כותל המערבי אין די יעצטיגער ימי הרחמים והסליחות.

Blog Image

שלוחא דרבנן, העסקן הרב מאיר פרוש הי"ו, באגריסט הגה"צ רבי יוסף משה דוב האלבערשטאם שליט"א, רב דחסידי צאנז אין אמעריקע, ביים אפווארטן האדמו"ר מוויזניץ ירושלים אין די לוד לופטפעלד די וואך.

Blog Image

האדמו"ר מבעלזא קערט זיך לביתו נאוה קודש היינטיגן דאנערשטאג פארמיטאג, נאכ'ן זיין שפיטאליזירט עטליכע טעג, ווערנדיג אנטפאנגען מיט גרויס התרגשות דורך מאסן חסידים וועלכע האבן באלאגערט די גאסן פון קרית בעלזא, ווי נאר עס איז אנגעקומען די בשורה טובה אז דער רב איז אויפ'ן וועג אהיים פון שפיטאל.

א 'מעין' קאווע שטיבל אהערגעשטעלט אין די קענעדי לופטפעלד דורך חסידי קלויזענבורג, וועלכע האבן היינט אין די פריע פארטאגס שעות אפגעווארט האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג ביים לאנדן אין אמעריקע נאך זיין לענגערע באזוך אין ארץ ישראל.

Blog Image

שיין בילד פון האחים הרה"צ רבי אהרן מענדל און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא ביים ערשיינען צום מעמד הנחת אבן הפינה פאר א נייעם פליגל פונעם בנין הישיבה קטנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין מאנסי.

Blog Image

המשפיע הרה"צ ר' משה יעקב הורוויץ שליט"א, זון פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, מיט א לעבעדיגע גרוס פון אומאן, אוקריינא, וואו ער טוט באוואונדערן די מאסיווע חסד אפאראט צוגעשטעלט, דורך "פעדער'ס הכנסת אורחים" אין אומאן, בנדבת לבו פון הנגיד החסיד ר' שלמה פעדער, וואו עס ווערט צוגעשטעלט נערהאפטיגע מאלצייטן פאר די טויזנטער אידן אין אומאן אין די טעג ארום יו"ט ראש השנה.

ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א קאמענטירט איבער די לעצט אויפגעכאפטע ניגון "עוד יותר טוב" וואס איז צושפרייט געווארן אין ארץ ישראל, ביי א שמועס הכנה צו די הייליגע טעג, פאר א קבוצה ליטווישע בחורים די וואך.

די בארימטע 'רענטעסטיק' פירמע ביים אויפשטעלן די שאטער'ס אויפן בית החיים אין שיכון סקווירא, לקראת די הייליגע טעג.

Blog Image

האדמו"ר מלעלוב בארא פארק ביים זאגן די ברכות און קריאת השם ביים שמחת הברית פון אן אייניקל די וואך, מיטן ירושה בעכער פון זקינו הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע.

Blog Image

דער "כאן יבנה" שילד וואס איז נעכטן אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן גרויסן שטח אויף די תורה מציון גאס אין ירושלים וואו עס וועט געבויט ווערן דעם ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל פני מנחם בנשיאות ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

Blog Image

הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא, איז מתפלל ביים ציון הקדוש פונעם זיידן, הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע, אין טאג פונעם יארצייט כ"ז אלול.

Blog Image

מוה״ר יוסף אשר דוב שלעזינגער הי״ו מעיאר פון וואודרידזש אינאיינעם מיט די ווילעדזש טראסטי באזוכן ביים מרא דאתרא גאב"ד וואודריזש, זיך וואונטשן צום נייעם יאר.

Blog Image

צווישן די טויזנטער חסידים וואס האבן זיך געשלענגעלט אין די רייע בעת די זמני כניסה ביי האדמו"ר מסאטמאר אין וויליאמסבורג דעם דינסטאג, מערקט "קרישקעס" דעם רבינס געוועזנער הויז בחור הרה"ח ר' אברהם הערש שווארטץ הי"ו וועלכער איז געקומען זיך וואונטשן צום נייעם יאר.

Blog Image

דער מייסטער אראנדזשירער, רבי מאטי ריבינוביץ, פון "טיפ פראדאקשנס" מערקט "קרישקעס" אין אן התלהבות'דיגן מאמענט ביים הכנסת ספר תורה אין אתרא קדישא מירון, אריינגעגעבן דורכן באקאנטן איש מירון, הרב החסיד רבי שרגא שניצלער שליט"א, מנהל ומייסד אוהל הרשב"י.

Blog Image

די ברידער הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א און הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד אין א ריקוד ביים הכנסת ספר תורה פאריגע וואך צום וויזניצער ביהמ"ד אין די הר נוף געגענט אין ירושלים.

Blog Image

די הערליכע האנט־געמאכטע זאגר'ל מיט וואס האדמו"ר מסאטמאר האט געזאגט די נוסח הברכה ביים אויפנאמע דורכן

אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, אהערגעשטעלט ספעציעל פאר דעם היסטארישן באגעגעניש דורך "כפתור".

Blog Image

די וואך ביי קבלת קהל דורך האדמו"ר מוויזניץ אין בני ברק איז צום ערשטן מאל באמערקט געווארן דער נייער הויז בחור, הב' נפתלי שערר הי"ו פון מאנטשעסטער.

Blog Image

המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים פארלאזן מירון נאך א דערהויבענעם "שבת סליחות" פאר די תומכים פונעם חשובן ארגאניזאציע RCCS.

די היסטארישע בריוו אנבאלאנגט די גזירת הגיוס אונטערגעשריבן דורכן רבני'שן דעלעגאציע און איז איבערגעגעבן געווארן פארן פרעזידענט דורכן ראש ישיבה רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ביים זיצונג פאריגע וואך אינעם אוועל אפיס.

Blog Image

דער ענערגישער עסקן ר' מענדל צימעט הי"ו פון בית לפליטות, ערהאלט ברכת קדשו פון גאב"ד מאקאווא בעת דעם רב'ס געהויבענעם באזוך די וואך אינעם מוסד בית לפליטות, וואו ער האט געבענטשט די עפל און האניג וואס וועט פארטיילט ווערן לכבוד יום טוב פאר די יתומים ונפשות נשברות אינערהאלב דעם מוסד.

Blog Image

בייגעלייגט דער בריוו וואס האד' מבאבוב האט איבערגעגעבן פאר פרעזידענט טראמפ יר"ה אינעם ווייסן הויז, אויפן בקשה פון די געטרייע עסקנים פונעם וועד בתי חיים אין אייראפע.

Blog Image

העסקן הרב משה מארגארעטן הי"ו פון צדק טרעט אויף ביים עלעגאנטער באנקעט מיט קאנגרעסמאן מייק לאלער, אויפצוטרייבן שטיצע פאר זיין קאמפיין צו די בעפארשטייענדע וואלן, נאך וואס דער קאנגרעסמאן האט באזוכט אין די 'אימפעריאלי מארבל הויפטקוואטירן פון העסקן ר׳ הערשל מארגארעטן.

שרייבט א קאמענט