הויפט בלאט באריכט חסידי צאנז ציילן די טעג צום ביקור מרומם פון האד' מצאנז אין ניו יארק; געהויבענער שבת התאחדות שב"ק פ' בשלח – שירה

חסידי צאנז ציילן די טעג צום ביקור מרומם פון האד' מצאנז אין ניו יארק; געהויבענער שבת התאחדות שב"ק פ' בשלח – שירה

געשריבן דורך admin123

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש


גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי עדת חסידי צאנז אין אמעריקע וועלכע קענען קוים ווארטן און ציילן שוין די טעג צום היסטארישן ביקור קודש ווען רבם ומאורם דער מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט אי"ה קומען צו פארן קיין אמעריקע, נאך א לענגערע תקופה וואס דער רבי האט שוין נישט באזוכט אויפ'ן אמעריקאנער באדן.

ווי ברייט באריכטעט האט דער רבי שליט"א געזאלט אנקומען קיין אמעריקא דעם לעצטן זומער נאכדעם וואס די רבי איז פארבעטן געווארן דורך הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא מיטצושטיין מיט די נסיעה דורך די גדולי ישראל קיין ניו יארק להצלת עולם התורה, די עסקנים פון די צאנזער קהילה אין אמעריקא האבן שוין געהאט אויסגעארבעט אלע פלענער פונעם היסטארישן באזוך, אבער צום גרויס באדויער איז די נסיעה לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן אין ליכט פון די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן מיט איראן.

די רבי שליט"א האט דאן פארשפראכן פאר די חסידים אין אמעריקא צו משלים זיין דעם באזוך און די נסיעה איז פון פריש באשטימט געווארן אויף קומענדיגן חודש שבט, אונטערן נאמען "ותבנהו" מיטן ציל מחזק צו זיין און שאפן די נויטיגע סכומים לטובת די אנגייענדע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן אין די קהילות הקודש דחסידי צאנז צווישן די שטעט אין אמעריקא.

די רבי שליט"א וועט פארלאזן ארצינו הקדושה מוצאי שבת פ' וארא און וועט פארוויילן אין ניו יארק גאנצע צוויי וואכן ביז מוצאי שבת בשלח.

דעם רבינס ערשטער סטאנציע וועט זיין אין לעיקוואד וואו עס איז פארהאן א הערליכע צאנזער קהילה, און לויט'ן פלאן וועט אי"ה דינסטאג פארקומען א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד נדבת משפחת הרה"ח ר' משה רייך ז"ל מחשובי חסידי צאנז לזכר נשמתו, שפעטער אינעם טאג פארקומען א גרויסארטיגער מעמד קבלת פנים, וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברות קדשו פאר עדת צאן מרעיתו חסידי צאנז תושבי ניו יארק רבתי.

דינסטאג וועט די רבי שליט"א אנקומען קיין מאנסי און דארט פארוויילן ביז איבער שבת בקרב חסידיו, אין לויף פון די וואך וועט די רבי באזוכן אין די בניני הקהילה והמוסדות און שבת וועט די רבי שליט"א פראווענען אויף א פריוואטן פארנעם אין די גלילות פון מאנסי.

דורכאויס די נאכפאלגנדע וואך וועט די רבי שליט"א באזוכן אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק וואו עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים מיטצוהאלטן די תפלת און מעמדים בצל הקודש און אריינגיין אל הקודש פנימה מיט א קוויטל, אויף א שנעלן פארנעם אויפ'ן זעלבן אופן ווי בעפאר די ימים נוראים.

דער קלימאקס פונעם געהויבענעם ביקור קודש וועט זיין דער געהויבענער שבת שירה וואס וועט דינען אלס א זעלטן געהויבענעם שבת התוועדות פאר עדת חסידי צאנז פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, כולם נקבצו ובאו לך להסתופף בצלא קדישא פונעם רעיא מהימנא דער רבי שליט"א אויף וואס די חסידים לעכצן און קוקן שוין ארויס אזוי לאנג, דער שב"ק קומט פאר אין די פראכטפולע ארמון האטעל אין קאנעטיקעט, געווידמעט פאר די חסידים וואס שליסן זיך אן מיט סכומים הגונים פאר די הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן, און אצינד ווערן שוין געמאכט די פיבערהאפטיגע הכנות אויף דעם היסטארישן שב"ק וואס אנטשפרעכט צו זיין גאר געהויבן לעילא מכל ברכתא.

אין די טעג איז דעם רבינס זון הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין אמעריקא אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק אויף נאכאנאנדע אסיפות מיט די עסקנים, אין מאנסי, בארא פארק, ווילאמסבורג און לעיקוואד צו פארזיכערן די מאקסימאלע הצלחה פונעם היסטארישן באזוך, און אויסארבעטן די טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן על צד היותר טוב.

והימים ימי ביקור"י ענוי"ם

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00