הויפט בלאט נייעס האד' מסאדיגורא וועט פראווענען געהויבענע שבת על אדמת קודש אינעם נאסטאלגישן סאדיגורא הויף אין תל אביב

האד' מסאדיגורא וועט פראווענען געהויבענע שבת על אדמת קודש אינעם נאסטאלגישן סאדיגורא הויף אין תל אביב

געשריבן דורך admin123

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש


מיט געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סאדיגורא מיטצוהאלטן די געהויבענע שבתא דריגלא בצל הקודש דעם קומענדיגן שבת פ' שמות, ווען כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט פראווענען א געהויבענע שבת אינעם הייליגן הויף פון זיינע זיידעס, מקום מגורי הקודש וואו די פריערדיגע סאדיגורא רבי'ס האבן אפגעראכטן די עבודת הקודש אין דער שטאט תל אביב.

ווי באקאנט איז די סאדיגורא הויף געווען קווארטירט אין שטאט תל אביב פון נאכן קריג, וואו דאס בית המדרש אויף רחוב פינקוס איז געווען א תל תלפיות פאר פילע חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געקומען זיך ווייקן לאורם הגדול פון אדמור"י בית סאדיגורא, הרה"ק בעל כנסת מרדכי זי"ע, און הרה"ק בעל עקבי אבירים זי"ע. לאנגע יארן איז דארט געווען די צענטער פון די חסידות, ביז הרה"ק בעל עקבי אבירים זי"ע האט זיך אריבערגעצויגן קיין בני ברק בסוף ימיו, און דארט איבערגעפלאנצט דעם סאדיגורא הויף, וואס בליהט און שיינט ביזן היינטיגן טאג.

די בית המדרש אין תל אביב ווערט היינט געפירט דורך הגה"צ ר' פנחס שפירא שליט"א רב חסידי סאדיגורא תל אביב, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בעל עקבי אבירים זצ"ל, און לכבוד די הילולא קדישא פונעם עקבי אבירים, וועט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א פראווענען דעם שבת על אדמת קודש פון זיינע גרויסע זיידעס, צווישן די פילע חסידים ובני הקהילה מתפללי בית המדרש, נאך פון יענע צייטן.

צוליב מאנגל אין פלאץ איז געמאלדן געווארן אז די תפילות און טישן דורכאויס שב"ק וועט זיין אויסשליסליך פאר די חסידים תושבי תל אביב, און בלויז די יונגע אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט צווישן די יארן תשס"ח ביז תשע"ו,  און די זקני החסידים וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם שבת בצל הקודש, און וועלן פלאצירט ווערן אין ארויסגעדינגענע דירות און בניני המוסדות אין די געגענט.

די שבת קודש "וזוכר חסדי אבות" וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן שב"ק פרשת שמות, אין די טעג ארום די הילולא קדישא פונעם עקבי אבירים וואס געפאלט די וואך י"ט טבת, און אנטשפרעכט צו זיין א גאר דערהויבענע שבת בצילא דמהימנותא עילאה.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00