דאנערשטאג פ' ויחי • י"ב טבת | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי ערלוי בארצות אייראפע איבער'ן ביקור קודש ונרגשת וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א לעיר הבירה לאנדאן, צו באשיינען על ראש שמחתו ביי די גרויסארטיגע חתונה פון אן אייניקל, וואס וועט געפייערט ווערן בקול רנה ותודה המון חוגג.
דעם רבי'נס נסיעה קיין חו"ל טראגט א רירנדע באדייט ביי חסידי ערלוי, אפגעבנדיג א שבח והודאה צום אויבערשטן על כל החסד, ווען דעם רבי'נס כוחות ערלויבן שוין אונטערצונעמען א נסיעה, נאכ'ן שווערן געזונט דורכגאנג וואס דער רבי איז אריבער די לעצטע עטליכע יאר.
דער רבי וועט מפאר זיין על ראש שמחתו, די חתונה פון נכדתו בת לחתנו הגה"צ ר' יעקב יחזקי' אונגאר שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א, מיט'ן חתן יונגסטער זון פון הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ בקהל מחזיקי הדת אנטווערפן ורב ביהמ"ד אהל יעקב.
די געהויבענע שמחת בית צדיקים וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן מיטוואך יתרו, ח"י שבט, אינעם גרויסן "דעקאריום" זאל אין לאנדאן, און דער שבת דערויף וועט דער רבי פראווען א צענטראלע "שבת התאחדות" פאר עדת צאן מרעיתו תלמידי וחסידי ערלוי מרחבי אייראפע, אין א גרויסן האטעל מחוץ לעיר לאנדאן.
דעם רבי'נס נסיעה קיין לאנדאן וועקט אויף נאסטאלגישע זכרונות פון ימים מקדם, ווען די שטאט האט זוכה געווען צו האבן דעם רבי'ן שליט"א אלס איינע פון די לאנגיעריגע תושבים וואס האבן מאציל געווען מהודם אין די שטאט, פון נאך די חתונה, ווערנדיג אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן זצ"ל, ביז קורצליך פאר'ן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת.