הויפט בלאט באריכט האד' מבישטינא וועט פראווען היי-יעריגע התוועדות לרגל י"ט כסליו אין עיר התורה והחסידות בני ברק

האד' מבישטינא וועט פראווען היי-יעריגע התוועדות לרגל י"ט כסליו אין עיר התורה והחסידות בני ברק

געשריבן דורך admin123

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


שטייענדיג געציילטע טעג איידער די גרויסע טאג פון י"ט כסלו, איז באשטעטיגט געווארן אז די היי-יעריגע התוועדות בחצר הקודש בישטינא – פתח תקוה וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אויף א גרויסן פארנעם אין עיר התורה והחסידות בני ברק, צו פייערן דעם גרויסן טאג ווען עס געפאלט די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע, און דער טאג וועלכע ווערט גערופן אין חב"ד "ראש השנה לחסידות", ווען עס ווערט געפייערט די חג הגאולה די טאג וואס דער הייליגע בעל התניא זי"ע איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה מאפילה לאור גדול, און האט קובע געווען דעם טאג אלס א יום טוב און איז א זמן קהילה לכל ווען מ'איז עוסק במשנת החסידות און מדאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.

מטעם די עסקנים איז ארויסגעדינגען געווארן די עטרת זאל אויף רח' עזרא אלס פאסיגע אכסניא פאר די געהויבענע מעמד זייענדיג א אונטערערדיגע זאל וואס באדייט אז מען וועט דארט קענען פראווען די התוועדות כמדי שנה בשנה ביז די פריע פארטאגס שעהן אן קיין שטער.

די מעמד וועט פארקומען ווי יאר יערליך מוצאי י"ט כסליו דינסטאג וישב אויפדערנאכט און אנטשפרעכט צו זיין א נאכט מלא אורה ווען מאסן אידן וועלן זיך צוזאמנעמען זיך מיטצופרייען אין די גרויסע שמחה והודאה און פארברענגען פאר לאנגע שעות אין א העכערע אטמפאספער.

ווי באקאנט איז די התוועדות רבתי לרגל י"ט כסליו די הויכפונקט פון יאהר בחצר הקודש בישטינא ווען די רבי שליט"א וועלכער איז מאז ומקדם אדוק ומקושר צו תורת חב"ד און איז שטארק דבוק לאורם ומשנתם פון די הייליגע צדיקים לבית ליובאוויטש, פירט יערליך אן מיט די פייערדיגע התוועדות, זייענדיג אן אבן שואבת פאר מאסן חסידים ואנשי מעשה וואס קומען יאר יערליך מיטהאלטן די לאנגע שעה'ן של תענוג רוחני ושמחה עילאה, במחיצת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער פארברענגט ביז שפעט אין די נאכט אריין, באגלייט מיט דברי תורה, מאמרי חסידות, שירות ותשבחות און ריקודין עילאין צו דאנקען און לויבן אויף די גרויסער ניסים בימים ההם בזמן הזה, ווי דער בעל התניא האט צוגעזאגט "מי שישתתף בשמחתי אוציאנו מן המצר אל המרחב".

די רבי שליט"א וועלכע איז ווי ברייט באקאנט מיט זיין באשיידענעם הנהגה, פלעגט יעדעס יאהר אפרעכטן דעם התוועדות אויף א היימישן פארנעם אין ביהמ"ד, אבער נאכדעם וואס דער ביהמ"ד האט שוין נישט געקענט דערהייבן דעם ריבוי העם, האט די רבי שליט"א דאס יאר באוויליגט צו פראווענען די יערליכע התוועדות אין שטאט בני ברק אויף א גרעסערן פארנעם לרווחת הציבור.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00