הגאון רבי אברהם יהושע סאלווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק מיט שארפע מחאה אקעגן חק הגיוס אפשטימונג

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


גאר שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן פון הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק ביים ווענכטליכן "חומש רש"י שיעור" וואס קומט פאר א יעדע וואך מוצאי שבת קודש, וואו דער ראש הישיבה האט שארף אראפגעריסן די מפשרי פשרות וועלכע שטימען מיט מיטן חק הגיוס.

דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט מיט א גרויסע ווייטאג אקעגן די איינשטימונג פונעם חוק הגיוס, זאגענדיג, אז דורכצופירן אזעלכע סארט זאכן קען נישט געטון ווערן מיט די אייגענע דעה, נאר מען מוז האבן א טראדיציע און א מסורה פון די פריערדיגע וויאזוי מען האט געהאנדלט אין אזעלכע האקעלע ענינים, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אשר ביודעי ומכירי קאמינא אז די מפשרים פארלאזן זיך אויף אזעלכע וואס זענען שוין נישט בעלמא הדין, וואס בחיים חיותם האבן זיי שטענדיג אפגעלאכט פון זיי און בכלל נישט געווען איינשטימיג מיט זיי אויף קיין שום ענין, דעריבער קען מען נישט בויען קיין "מסורה" אויף זייערע נעמען, און זייער מיינונג איז אינגאנצן נישט קיין מיינונג.

דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט, אז צו קענען בכלל טראכטן צו דן זיין איבער אזא ענין מוז דאס קומען דורך "תשועה ברוב יועץ", מען מוז זיך אינאיינעם צוזאמזעצן און דן זיין דערויף, מען קען נישט זיצן ביי זיך אינדערהיים און זאגן א באשלוס אויף אזעלכע האקעלע נושאים. במשך אלע דורות ביי אלע גדולים וצדיקים האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין אייגענע באשלוסן נאר מען האט זיך אייביג צוזאמגעזעצט אינאיינעם דן צו זיין איידער א יעדע באשלוס.

מיט טיפע ווייטאג האט דער ראש ישיבה אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור, מענטשן מיינען אז דער "חק הגיוס" איז א "חכמה" מיט וואס מען קען זיך ארומשפילן דערמיט, מען טראכט אפילו נישט איבער די אויסגאנג וואס עס קען ארויסקומען פון אזא זאך, אין די פריעריגע דורות האט מען פאר א יעדע קלייניקייט זיך אדורכגערעדט אינאיינעם בכובד ראש וואס די תוצאות קענען זיין, אבער יעצט ווען עס האנדלט זיך פון אזעלכע האקעלע ענינים פון מפשר זיין אויף נשמות מישראל באקומען די זאכן א הסכמה אויף א לייכטזיניגע פארנעם אן צו טראכטן פון פאראויס און זיין א רואה את הנולד.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"