מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
חסידים ואנשי מעשה האנדלן זיך די טעג איין דעם נייעם חיבור "ישועת יעקב" אמרות טהורות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וואס איז אין די טעג ערשינען לאור עולם, לשמחת לב יראי ה' וחושבי שמו.
דער פרישער חיבור "ישועת יעקב" איז צוזאמגעשטעלט פון די מאמרים ואמרות קודש וואס מ'האט במשך השנים געהאט די זכי' צו הערן פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל בעל ישועת יעקב, וואס עס ליגט נאך אין די ביינער פון אלפי ישראל דעם טעם עליון וואס מ'האט געפירט ביים הערן די מאמרים פון רבי'ן זצוק"ל, מלאים זיו ומפיקים נוגה, מלא וגדוש מיט דברי מוסר והדרכה אויף אלע ענינים, זייט-ביי-זייט מיט דברי חיזוק ועידוד צו קענען שטייגן דרגות רמות בדרכי עבודת השי"ת אין אלע ענינים.
ביי די דרשות ודברות קודש וואס דער רבי זצ"ל האט משמיע געווען ביי די עריכת שולחנות הטהורים און אין אנדערע זמנים, האט זיך אלץ געגאסן פון רבי'ן זצ"ל אן אוצר בלום פון מאמרים ושיחות קודש בשם צדיקים און פון ספרי קודש, געזאגט מיט א ספעציעלן טעם און חן, ביי וועלכן מ'האט געזען דעם עמקות וואס דער רבי נעמט ארויס פון יעדן שטיקל פון די ספרי קודש, איידער פון די מאמרי חז"ל וואס האט זיך געגאסן פון רבי'ן זצ"ל כמעיין המתגבר, אלץ באגלייט מיט אייגענע חידושים, בליציגע רעיונות, אמרים נעימים, ערבים לאוזן שומעיהן, וואס האט אלץ איבערגעלאזט א רושם אדיר בל ימחה צו וועלן שטייגן ווייטער בדרכי עבודת השי"ת.
אידן אומעטום האבן אזוי שטארק ארויסגעקוקט און געהאפבט צו קענען ווייטער נהנה זיין מאורו הבהיר פון רבי'ן זצוק"ל, זיך אנצושאפן מבאר תורתו וצדקתו, אבער לצערנו איז געווען שקעה חמה שלא בעונתה, און נאכן רבי'נס הסתלקות זענען אידן ווייטער משתוקק צו קענען נתעורר ווערן מדבריו הנרגשים וואס מ'האט געהאט די זכי' צו הערן בחיים חיותו.
אין די לעצטע תקופה האבן די באי ביתו פון רבי'ן זצ"ל, אין שפיץ פון בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א וחתניו הגה"צ שליט"א, עוסק געווען מלקט צו זיין די אמרות קודש פון רבי'ן זצ"ל, צווישן א צאל מאמרים וואס דער רבי זצ"ל האט אליינס אפגעשריבן בכתי"ק, און מען גרייט אלעס צו צום דרוק באופן נאה ומסודר.
וזה יצא ראשונה — דער חיבור "ישועת יעקב" אויף סדר בראשית, וואס אנטהאלט מתיקות'דיגע חידושים אויף די פרשיות השבוע, און די אכטע הונדערט זייטן פון דעם חיבור זענען מלאים וגדושים מיט געהויבענע בחינות וואס זענען מעורר את לב האדם להתעלות בדרכי השי"ת.
דער חיבור קומט אין די טעג אן אין די ספרים געשעפטן, און וועט זיכער צוכאפט ווערן דורך חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן.