השתדלו והרבו תחינה: האד' מביקסאד אראפגעקלאפט דורך א קאר אין וויליאמסבורג

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א מחשובי האדמור"ים אין וויליאמסבורג, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, וועלכער איז נעכטן מוצאי שבת אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד.

די רבי שליט"א איז געווען אויפן וועג אהיים נאך מעריב מוצאי שבת ווען ער איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א שנעל פארבייפארנדע קאר. די רבי האט פארלוירן דאס באוואוסטזיין רח"ל, און מיטן אויבערשטנס הילף האבן די הצלה וואלאונטירן וועלכע זענען ביז געציילטע מינוט אנגעקומען אויפן סצענע באוויזן צו סטאביליזירן די מצב, און צוריקגעברענגט דעם רבי'ן צום באוואוסטזיין ב"ה.

די רבי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר ווייטערדיגע אבזערוואציעס, און אידן ווערן געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה. דער נאמען צו מתפלל איז מרן ישראל אליעזר בן שרה מרים, בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"