זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
א שווערע פארלוסט האט היינט באטראפן די וויזניצער קהילה אין ארץ ישראל, מיטן אנקום פון די שווערע בשורה, איבער די פלוצלינגדיגע פטירה פון האי גאון וחסיד מגדולי המורים הרב הגאון רבי אליעזר מאיראוויטש זצ"ל, דיין ומורה צדק בק"ק וויזניץ, וועלכער האט היינט מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין עלטער פון 71 יאהר.
דער דיין ז"ל איז היינט אדורך א געפלאנטע אפעראציע אין די איכילוב שפיטאל, און באלד נאכן אפעראציע, האט ער פלוצים ל"ע געליטן א מאסיווע הארץ אטאקע, און א קורצער צייט דערויף נפטר געווארן לחיי העולם הבא.
די נפטר איז געווען אן אויסגערופענער תלמיד חכם עצום משכמו ומעלה, וואס לא פסיק פומיה מגירסה, ער פלעג כסדר עוסק זיין בתורה אויך גייענדיג אין גאס, ער איז געווען אויסגעצייכנט אלס א פייערדיגע וויזניצער חסיד, זייענדיג דבוק בלב ונפש צו זיינע הייליגע רבי'ס אדמור"י בית וויזניץ.
געבוירן איז ער אין אמעריקא בשנת תשט"ו צו זיין פאטער הרה"ח ר' אברהם חיים מאירוביץ ז"ל מחשובי חסידי ויזניץ אין וויליאמסבורג, אלס בחור האט ער געלערנט אין די וויזניצע ישיבה און האט זוכה געווען להסתופף בצל קדשם פון זיינע רבי'ס הרה"ק בעל ה'אמרי חיים' און הרה"ק בעל ה'ישועות משה' זי"ע, א התקשרות וואס ער האט אנגעהאלטן ביז זיין לעצטן טאג ביי יבדלחט"א מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ביי וועם ער האט זיך נאך מסתופף געווען דעם לעצטן שבת ביי די תפילות און טישן.
נאך זיין חתונה מיט זיין חשובן אשת חיל, א טאכטער פון הרה"ח ר' יהודה פעדער ז"ל, פון די בארימטער וויזניצער חסידים, האט ער זיך באזעצט אין קרית וויזניץ אין בני ברק, און נאכן ערהאלטן שימוש פון רבו דער פוסק הדור בעל שבט הלוי זצ"ל האט דער ישועות משה ממנה געווען ר' אליעזר ז"ל אלס דיין און מורה צדק אין בית דין צדק וויזניץ, וואו ער האט צענדליגער יארן משיב דבר ה' זו הלכה פאר טויזנטער שואלים דבר יום ביומו. אויך פלעגט ער איבערגעבן פילע שיעורים אין אלע מקצועות, און פלעגט תמידין כסדרן פארהערן די צורבי מרבנן פון די קהילה וועלכע פלעגן זיך ביי איהם פארהערן בכל מקצועות ההלכה.
דער חשוב'ער נפטר האט איבערגעלאזט א דור ישרים מבורך, בנים ובני בנים זרע ברך ה' תלמידי חכמים עוסקים בתורה ובמצוות.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט 10:30 אויפדערנאכט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ אויפן וועג צום בית החיים וויזניץ אין בני ברק וואו ער וועט קומען לקבורה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.