האד' מנדבורנא ב"פ שפיטאליזירט ערב יום כיפור נאכן אומפאלן; וועט היינט אריבערגיין אפעראציע

פרייטאג פ' האזינו • י'א תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


דעם מיטוואך ערב יום הקדוש איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א פון בארא פארק אומגעפאלן אויפן וועג אהיים נאך תפילת מנחה, דער רבי שליט"א איז אריינגעפירט געווארן צו די לאקאלע מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק, און נאכן דורכפירן די נויטיגע אונטערזיכונגען האבן די רעזולטאטן געצייגט א צובראכענעם ביין ביים רבי'ן, דער רבי איז דעריבער פארבליבן אין שפיטאל און האט ליידער נישט געהאט די זכי' צו זיין יום הקדוש אין ביהמ"ד.

היינטיגן פרייטאג ערב שבת וועט דער רבי דורכגיין א לייכטע אפעראציע צו פארגרינגערן די יסורים, מען האפט אויף גוטע בשורות און מיטן אויברשטנס הילף אויב אלעס וועט גיין כשורה וועט דער רבי קענען אהיימקומען אויף יום טוב סוכות בבריות גופא ונהורא מעליא.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"