על אם הדרך: האד' מסקווירא וועט אפשטאטן אין ראטשעסטער לצרכי רפואה אונטערוועגנס צום מקום הנופש אין קאליפארניע

זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינטיגן זונטאג, וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אפרייזן קיין קאליפארניע וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די קומענדיגע דריי וואכן לצורך מנוחה. על אם הדרך – אונטערוועגנס קיין קאליפארניע, וועט דער רבי שליט"א מאכן אן אפשטעל אין ראטשעסטער מינעסאוטע, וואו די רבי וועט דורכגיין א פאראויס געפלאנטע סעריע אונטערזוכונגען אין די מעיא קליניק, דארט וואו דער רבי איז אין יאהר תשע"ז אריבער א קאמפלעצירטע הארץ אפעראציע. אצינד האבן די דאקטוירים אינעם קליניק געראטן צו אבזערווירן דעם רבינס מצב און זיכער מאכן אז אלעס איז כשורה.

היינט זונטאג נאכט וועט דער רבי ארויספארן קיין ראטשעסטער מיט א פריוואטער פליגער אין באגלייטונג פון א מנין מצומצם פון די נאנטע מקורבים און די קינדער הרבנים, די רבי וועט זיך דארט אויפהאלטן די נאכפאלגנדע צוויי טעג ביז דינסטאג קרח. אלס אכסניא פארן רבי'ן שליט"א איז געווארן ארויסגעדינגען א האטעל נישט ווייט פונעם קליניק, וואס איז אויסגערישט געווארן מיט אלע נויטעגע איינריכטונגען פארן רבי'ן שליט"א און די בני בית.

דינסטאג נאכט וועט דער רבי פארזעצן די נסיעה צום מקום הנופש אין קארמעל קאליפארניע, וואו דער רבי וועט פארוויילן ביז אינמיטן וואך פ' פנחס זיך אנצושעפן מיט פרישע כוחות בנאות דשא לקראת די ימי הרחמים והרצון.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"