השתדלו והרבו תחינה: האד' מלעלוב עזרת תורה אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל

דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


דער רבי שליט"א – בן זקונים פון הרה"ק המפורסם רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע איז מיט צוויי וואכן צוריק אריינגענימען געווארן אין שפיטאל נאכן זיך נישט גוט שפירן, נאכן דורכפירן די נויטיגע אונטערזוכונגען האבן די דאקטוירים פעסטגעשטעלט אז דער רבי ליידט פון א ערנסטע מחלה און צוגאב צו הארץ קאמפליקאציעס און איז אנגעוויזן אויף באהאנדלונגען אין שפיטאל.

מען האט געהאפט אז דעם רבינס מצב וועט גיין צום בעסערונג אבער ליידער האט זיך דער מצב בלויז פארערגערט אין לויף פון די לעצטע צוויי וואכן, און דער רבי שליט"א געפונט זיך נאך אין שפיטאל על ערש דווי, זייענדיג אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.

חסידים זענען פארבעטן געווארן צו מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמי שמים אז די רבי זאל קענען ווי אמשנעלסטן אהיימקומען בבריאות השלימות, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן שמואל שמעלקא בן עטיל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל