האד' רבי רפאל אבחוצירא אפגעשטאט באזוך ביי האד' מסקווירא

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


כ"ק אדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, האט די וואך מאנטאג (שמות) באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם לענגערע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און דער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם גאסט מיט פירות.

נאכן באזוך האט זיך דער מקובל משתתף געווען ביים סעודת שלישי למילה פון אן איר אייניקל ביים סקווירא רבי'ן שליט"א וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש. דערנאך איז ער ארומגעוויזן געווארן אינעם נייעם בית המדרש הגדול והחדש דשיכון סקווירא דורך די ראשי העסקנים און שפיץ פון הר"ר שלום בער פישעל הי"ו יושב ראש וועד קרן הבנין.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"