שיינעם מסיבת חנוכה בבית הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מיט זקני וחשובי חסידי ברסלב

זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: צבי בלום


א שיינעם מסיבת חנוכה איז פארגעקומען דעם מיטוואך ליל זאת חנוכה בביתו נאווה קודש פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין עיה"ק ירושלים, וואו עס האבן מיסב געוועהן על שולחנו די זקני חסידי ברסלב וחשובי העדה ובראשם הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ק"ק ברסלב.

א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און פארברענגט בדברי תורה און שיינע זכרונות פון אמאליגער ברסלובער חסידים פונעם פריערדיגן דור, צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה אין הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע באטייליגטע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"