בזאת תיוושעו: סכום עצום פון 100,000 דאללער געשאפן ביי מגבית צדקה ביי זאת חנוכה טיש אין בית חיים יהושע

מוצאי שבת פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


דעם מיטוואך ליל זאת חנוכה נאכן חנוכה ליכט צינדן פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, ביים דריידל שפילן כנהוג, האט דער רבי אויסגערופן א מגבית צדקה לעניי ארץ ישראל ולעניי עירך תלמידי חכמים לומדי תורה מתוך דחק און יודן נצרכים, צדקה דכולה ביה, דורך שפילן דריידל מיטן עולם און מזכה זיין די אידן מיט די מצוה פון צדקה, עס האט געדויערט א לענגערע וויילע, מתרים צו זיין דעם עולם, צוביסלעך ביז מען איז אנגעקומען צו די פאנטאסטישע סכום פון  100,000 דאללער. בשעתן דריידל שפילן האו דער רבי שליט"א אנגעווארימט מיט א געוואלדיגע קאך איבער וויאזוי סאיז געווען ביים הייליגן צאנזער רב די ענין פון צדקה במסירת נפש אויסצוליידיגן די קעשענעס, מיט סיפורים נפלאים, און משלב געווען די ענין פון גיבן צדקה ביום זאת חנוכה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"