רוסישער הויפט רב הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א באזוכט ביי האד' ממחנובקא בעלזא

דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ח.ל.


היינט זאת חנוכה ביי תפילת שחרית אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א האט זיך אנגעזעהן א חשובער גאסט הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א די הויפט רב פון רוסלאנד וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א ארויסגענימען דעם היסטארישן ירושה ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע מאוצרו הטוב און דערביי מכבד געוועהן דעם גאסט עולה צו זיין אויף דעם ספר תורה.

נאכן דאווענען איז הרב לאזאר אריין אויף א באזוך אל הקודש פנימה וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן וואוילזיין פון די אידן רוסלאנד, און באזונדער אויסגעפרעגט בפרטיות אויף די אלע ברייטע פעולות פאר די ארטיגע אידנטום מקרב צו זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים. אויך איז ארומגעשמועסט געווארן איבער דעם בעל שם'ס ספר און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן דעם רב שליט"א מיט הצלחה און סייעתא דשמחא בכל הענינים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"