האד' משומרי אמונים דינט אלס מסדר קידושין טראץ הקפדה פון צדיקי בית שומרי אמונים

מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א אינטערסאנטע שריט, האט כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק, צום ערשטן מאל געדינט אלס מסדר קידושין, פאריגע וואך ביי א חופה ביי איינע פון די חסידים אין ירושלים.

אדמור"י בית שומרי אמונים לדורותיהם האבן קיינמאל נישט אנגענומען דעם כיבוד פון 'סידור קידושין', צוליב א מסורה פון הרה"ק בעל 'צבי לצדיק' מבלאזוב זי"ע וועלכע האט מקפיד געווען נישט צו נעמען קיין סידור קידושין זייענדיג חושש אויף די גמרא 'מי שאינו בקי בטיב גיטין וקידושין אל יהי לו עסק עמהם'.

פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען די חתונה פון החתן שמעון גדלי' ראטה ני"ו – הויז בחור ביי האדמו"ר משומרי אמונים, מיט די כלה בת הרב נחמן חנון שליט"א משב"ק ביי האדמו"ר משומרי אמונים ירושלים. מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער רבי פון בני ברק מכבד געוועהן דער פעטער און מחותן דער רבי פון ירושלים, אז ער זאל זיין דער מסדר קידושין ביים חתונה, אבער דער רבי פון ירושלים האט שטארק מפציר געווען אז אזוי ווי די כיבוד פון 'סידור קידושין' איז איינגעפירט אלס א כיבוד 'מצד החתן', זאל דער רבי פון בני ברק זיין דער מסדר קידושין. נאך מערערע הפצרות האט דער רבי פון בני ברק צוגעשטימט און טאקע צום ערשטן מאל מסדר קידושין געווען ביי די מעמד החופה.

חסידים צייכענען צו, אז דער רבי פון בני ברק האט ערהאלטן סמיכה און הוראה יורה יורה ידין ידין, און איז נאך נתמנה געווארן דורכן זיידן דער בעל 'חוקי חיים' משומרי אמונים זצ"ל אלס רב פון 'קרית שומרי אמונים' אין ירושלים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"