האד' מטאהש וועט היינט אריבערגיין לייכטע פאראויס-געפלאנטע אפעראציע; מניני תהילים אין אלע טאהשע צענטערן

דינסטאג וירא • י"א חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט אין די פארמיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ערווארטעט אריבערצוגיין א פאראויס-געפלאנטע אפעראציע למען חיזוק בריאות גופו הטהור. דער רבי וועט בס"ד אהיימקומען אין די נאנטע טעג און די קומענדיגע צוויי שבתים וירא און חיי שרה, וועט דער רבי שליט"א פראווענען באופן פרטי למנוחת הנפש.

חסידי טאהש בכל מקומות מושבותיהם און גאנץ כלל ישראל בכלל זענען מרבה בתפלה ותחנונים אז אלעס זאל אדרוכגיין כשורה אן קיין שום מכשול, מרן אלימלך בן חוה לחיזוק כוחותיו. עס וועלן פארקומען מניני תפלה אין אלע טאהשער בתי מדרשים און מוסדות התורה און אזוי אויך א מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' פון הרה"ק מטאהש זי"ע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"