האד' מפאפא באשטימט יום תענית און אמירת סליחות נאך שווערע פאל הושענא רבה ווען א ספר תורה איז אראפגעפאלן ה"י

זונטאג וירא • ט' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג די שווערע פאל וואס האט פאסירט פארלאפענעם הושענא רבה אינדערפרי בחצר הקודש פאפא, ווען א ספר תורה איז אראפגעפאלן רח"ל אויף די ערד האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א דעם שבת ביי שלש סעודות אדרעסירט דעם שרעקליכן אינצידענט, ווי די רבי שליט"א האט מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ולתיקון המעשים און בפרט מחזק געוועהן דאס ענין פון אפגעבן די ריכטיגע כבוד התורה פאר ספרי תורה און תלמידי חכמים, און מקפיד צו זיין נישט צו רעדן ביי קריאת התורה וואס וועט זיין די ריכטיגע תשובת המשקל אויף די פאסירונג.

על פי קריאת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מפאפא שליט"א און דער בית דין צדק דק"ק פאפא איז באשטימט געווארן א יום תענית ותשובה אויף מארגן מאנטאג תענית שני קמא פון בה"ב וואו כלל חסידי פאפא וועלן זיך צוזאמקומען אויף א ספעציעלער סדר היום פון אמירת סליחות און תהילים ברוב עם און זיך אויסלייזן מיט פדיון נפש מיטן סכום פון אכצן דאללער מכפר צו זיין אויף די שרעקליכע מאורע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"