געשפרעך פון טאג אין סלונים: האד' מסלונים דינט אלס בעל תוקע ערשטע מאל אין היסטאריע

מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


א אינטערסאנטע אנעקדאט האט זיך אפגעשפילט היינט נאכן מנין שחרית ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, ווען די רבי שליט"א האט אין א אומגעווענדליכע שריט געבלאזן שופר – די ערשטע מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות מיט 25 יאהר צוריק צוריק, א שריט וואס איז געקומען מיט איבערראשונג און איז די געשפרעך פון טאג ביי חסידי סלונים איבער די וועלט.

היינט צופרי געציילטע מינוטן בעפאר מען האט געענדיגט דאווענען איז דעם רבינס אייניקל ונאמן ביתו הרב יעקב יצחק ווייסבלום ארויסגעקומען פונעם רבינס צימער און איבערגעגעבן פארן קביעותדיגע בעל תוקע אז די רבי שליט"א האט אויסגעדריקט רצון קדשו אליין צו בלאזן שופר. די רבי שליט"א וועלכע דאווענט די לעצטע עטליכע יאהר אין א חדר מיוחד מיט א אפענעם טיר צום ביהמ"ד, איז טאקע נאכן דאווענען צוגעקומען צום טיר אין געבלאזן שופר צום גרויס וואונדער און איבערראשונג פון די חסידים, נאכדעם וואס צדיקי בית סלונים לדורותיהם האבן נישט געדינט אלס בעל תוקע וואו עס איז איינגעפירט אין אנדערע מקומות און חצרות הקודש.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"