אבן מאסו הבונים: מעמד הנחת אבן הפינה פאר נייע סלאנימער ביהמ"ד אין שטאט אשדוד

מוצאי שבת פ' שופטים • ד' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שפ"ה – JDN


פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א אנגעקומען צום שטאט אשדוד ווי די רבי שליט"א האט באשיינט די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע בנין המוסדות דחסידי סלאנים אין שטאט ווי עס וועט בקרוב הימים אויפגעבויעט ווערן א פראכטפולע בנין לתורה ולתפילה פאר חסידי סלאנים אין די רובע ז' געגנט.

די רבי שליט"א האט געגאסן די אבן היסוד פאר די בית הגדול והקדוש, און מכבד געווען די דיין הקהילה הגה"צ רבי אברהם מיכל רובין שליט"א און די עסקנים צו גיסן די גרונדשטיין, לקול תרועת הזמר פון די חסידים תושבי העיר, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"