רחמים שאלו: מצב ביי האד' מסקולען גאר קריטיש; מניני תהילים אין אלע סקולענער בתי מדרשים

דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים: יעצט נאכמיטאג איז אנטשטאנען א דראסטישע פארערעגרונג אינעם מצב הבריאות ביי כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א און דאקטוירים האבן ווידער דערקלערט די מצב אלס 'קריטיש'.

ליידער איז היינט אדורך גאר אן שווערן טאג אין שפיטאל סיי לגבי די אינפעקציעס און סיי לגבי די שוואכקייט ביים רבי'ן שליט"א וואס ווערט ליידער ערגער פון טאג צו טאג, די דאקטורים זענען זייער נישט צופרידן פונעם מצב און זאגן אז מען איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמים שמים אז דער רבי זאל זיך ארויסזעהן פונעם יעצטיגן מצב. אין אלע סקולענער בתי מדרשים קומט מען זיך יעצט צוזאם אויף מניני תהילים, און אידן בכל מקומות שהם רייסן איין וועלטן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן רייזל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"