סמוך לכניסת שבת: האד' מאמשינוב איז מנחם אבל ביי האד' מפאריסוב ערש"ק

דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: JDN


דעם ערב שבת נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א וועלכע זיצט שבעה בעמק הבכא על פטירת אביו כ"ק אדמו"ר מפאריסוב זצ"ל, ידיד נאמן פונעם אמשינובער רבי'ן רבות בשנים. די פאריסובער רבי האט באדאנקט דעם רבי'ן שליט"א פארן ארויסהעלפן דורכאויס די גאנצע תקופה בעצה ובמעש, און דער רבי שליט"א האט געזאגט דער נוסח המקובל. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געגעבטן מען זאל איהם צופירן צו דער שטוב וואו דער פאריסאבער רבי'ן זצ"ל איז נסתלק געווארן יענעם שבת צופרי און דערנאך פארלאזט דעם בית האבלים.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל