תורה מגנא ומצלא: דעת תורה פונעם פוסק הדור פאר מירער בחורים אין חוץ לארץ צוריקצוקומען אין ישיבה

מיטוואך פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


שטייענדיג אין די יעצטיגע שעת המלחמה אין ארץ הקודש, איז דער מירער ראש ישיבה הגאון ר' אליעזר יהודה פינקל שליט"א, אריבערגעקומען למעון הקודש פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', וואו דער ראש הישיבה האט אנגעפרעגט אז היות עס זענען פארהאן בחורים מתלמידי הישיבה וועלכע קלערן נישט צוריק צוקומען דעם קומענדיגן זמן אין די ישיבה, אויס מורא פון די מלחמה צושטאנד. דער פוסק הדור האט דערויף רעאגירט: "שטענדיג זענען געווען שווערע זמנים, און אלעמאל האט די כח התורה מגין געווען". דער פוסק האט אויסגעפירט: "אויב וועלן זיי קומען אין ישיבה, וועלן זיי האבן מער זכותים אז עס זאל זיי נישט פאסירן קיין שלעכטס, ווייל די תורה איז די וואפן קעגן יעדע נגע ומחלה".

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"