שבת היא מלזעוק: מצב הבריאות ביי האד' מסקולען דערקלערט 'קריטיש'

פרייטאג פ' דברים • ה' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


כלל ישראל טרעט אריין אין שבת מיט אגנסט און זארג הערנדיג איבער דער מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס האט זיך ליידער דראסטיש פארערגערט דורכאויס היינטיגן ערב שבת. כאטש וואס דער מצב האט אויסגעזעהן אז עס גייט צום בעסערונג די לעצטע מעת לעת, האבן די דאקטוירים אבער היינט אנטדעקט א פרישע אינפעקציע און קענען נישט דערגיין די אורזאך דערפון, זיי האבן דערקלערט אז דעם רבינס מצב איז קריטיש און מען איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים, כלל ישראל איז מתפלל ביים בורא רפאות לקיים בנו חכמי ישראל, דער רבי שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן רייזל זאל זיך שטארקן און צוריק קומען לאיתנו הראשון בבריות גופא, שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל