קאנגרעסמאן מאלינארא באזוכט ביי האד' מסאטמאר מקבל צו זיין ברכת קדשו צום ווידערוויילונג

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק קאנגרעסמאן מאַרק מאלינארא וואס לויפט פאר רי-עלעקשאן אין קרית יטב לב. דער קאנגרעסמאן איז געקומען מקבל זיין ברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די עסקני "יחד" און די נייע וועד הקריה וואס איז לעצטענס נתמנה געווארן דורכן סאטמארער רבי'ן שליט"א אין קרית יטב לב.

עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח העסקן ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וועלכע האט באגריסט די באערדע, מען האט דאן ארומגעשמועסט איבער די וואוקס פון קרית יטב לב און די פילע צרכי העיר, אזוי אויך האט די רבי שליט"א בתוך הדברים דערמאנט די גזירת החינוך אין ניו יארק און נאך דברים העומדים על הפרק. ביים באזוך האט די וועד הקריה באדאנקט דעם קאנגרעסמאן פארן ארויסהעלפן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, איבערהויפט די סוער סיסטעם אין קרית יטב לב.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"