האד' מוויען וועט פראווען שב"ק פנחס אין ארצינו הקדושה מיט די בחורי החסידות

מיטוואך פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער רב שליט"א וועט אונטערנעמען א קורצן געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, אויף דעם היינטיגן שב"ק פר' פנחס, און פראווען אויף א פריוואטן פארנעם א שבת מרומם מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל.

דער ווינער רב שליט"א געפינט זיך די יעצטיגע טעג אויף אפרו אין שווייץ, און פון דארט וועט דער רב אפרייזן קיין ארץ ישראל ענדע וואך, צו פראווען דעם שבת מיט די בחורי החסידות, באולם סאטמאר אויף רחוב יואל, וואו עס וועלן פארקומען די געהויבענע תפלות און טישן אינאיינעם מיט די בחורים.

נאך שבת וועט זיך דער רב אומקערן קיין ניו יארק, און וויילן מיט די תלמידי המתיבתא אין מחנה נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדריק.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"