האד' מוויז'ניץ באזוכט ביי האד' מביאלא לרגל התמנות אלס ממלא מקום אביו האד' מביאלא זצ"ל

דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז היינט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים, אויף א ערשטמאליגע באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, שטייענדיג נאך די ימי השלושים להסתלקותו פון אביו כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל 'מבשר טוב', נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט זיך געפינען אין אויסלאנד בשעת די טעג פון די שבעה.

עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס ארום די דרך הבעל שם טוב הקדוש און עניני חסידות, דער ביאלא רבי האט געוויזן פארן רבי'ן שליט"א די ספעציעלע נוסח פון אני מאמין בתורת הבעל שם טוב וואס איז געדרוקט אינעם ביאלא סידור 'חלקת יהושע', די רבי'ס האבן דערנאך געטרינקען לחיים און די וויזניצער רבי האט ווארעם אנגעוונטשן דעם רבי'ן שליט"א מיט הצלחה און סייעתא דשמיא, למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל.

דערנאך זענען די אדמור"ים שליט"א פארבליבן ביחידות, וואו מען האט א ארומגעשמועסט דברים העומדים על הפרק, נאכן באזוך האט די ביאלא רבי ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א לרחובה של עיר.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"