האד' מתולדות אברהם יצחק דערפריידט צובראכענער יתומים מיט מתנות ביי טרויעריגע שבעה

זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז היינט אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי האברך החשוב ר' מרדכי שלום דימאנט הי"ו וועלכע זיצט די טעג שבעה נאך די טראגישע פטירה פון זיין אשת חיל – א יונגע מאמע וואס איז ליידער נפטר געווארן די וואך אין בליענדן עלטער פון בלויז 28 יאהר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קליינע יתומים'לעך אינדערהיים. די נפטרת איז געוועהן א טאכטער פון יבלחט"א הגאון רבי נתנאל בראנדסדארפער שליט"א דומ"צ שכונת קנה בשם אין בית שמש – אן אייניקל פונעם פוסק הגאון הגדול רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל בעל 'קנה בושם'. די רבי שליט"א האט מיטגעברענגט מתנות און שפילערייען צו משמח זיין די צובראכענער יתומים און א לענגערע צייט מחזק געוועהן די אבלים בדברי חיזוק ונחמה.

ביים ארויסגיין האט די רבי שליט"א איבערגעלאזט א סכום הגון פארן קרן יתומים און מנחם אבל געוועהן אינעם עזרת נשים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"