האד' מאמשינוב ביים ציון זקינו הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע אין דריי טעג פון די הילולא

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט אין די פארטאגס שעהן איז כ"ק האדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען אויפן הר המנוחות וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם דינסטאג כ"ז אייר. די רבי איז אנגעקומען ארום 5:00 פארטאגס אין באגלייטונג פון עטליכע מנינים חסידים, מען האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים און די רבי האט געזאגט קדיש. דערנאך זענען די חסידים דורך מיט קוויטלעך און הזכרות כנהוג, א לענגערע צייט און די רבי האט זיך משתטח געוועהן אויפן ציון הק' אויסבעטנדיג ישועות ורפואות פארן כלל און דעם פרט.

עס איז ערווארטעט אז די רבי שליט"א וועט נאך בעפאר שבת אריינקומען צום עריכת שולחן הטהור און סעודת הילולא בבית מדרשו אין די בית וגן געגענט אין ירושלים.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"