האד' מוויז'ניץ ירושלים 'אורח הכבוד' ביים גייסטרייכן וויזניצער שבת פאר נגידים אין ניו דזשערזי

דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר

אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א קומען צו פארן און מיטהאלטן די גרויסער שבת 'מתנה טובה' די וואך פ' בחוקותי במחיצת הקודש פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א אין דעם עלעגאנטן מלון רעזארט אין ניו דזשערזי. די וויזניצער רבי פון ירושלים איז נישט קיין פנים חדשות אין וויז'ניץ און האט שוין עטליכע מאל באשיינט מעמדים און מסיבות מיט זיינע טרעפליכע און משמעות'דיגע רייד.

די רבי שליט"א וואס איז ברייט באקאנט אלס כובש לבבות ומרומם נפשות, וועט מיט זיינע גייסטרייכע דרשות דערהייבן די משתתפי השבת. דורכאויס דעם שבת וועלן ביידע אדמור"ים שליט"א אפרעכטן די תפילות און עריכת השולחנות אינאיינעם, בשבת אחים גם יחד אויפן וויזניצער שטייגער.

אין לויף פון פרייטאג ערב שבת וועלן זיין זמני כניסה לברך ולהתברך וואו ביידע רבי'ס וועלן אויפנעמען דעם ציבור מיט קוויטלעך אינעם האטעל.

Related posts

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

ויהי בנסוע: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט אפרייזן אויף מסעי קודש קיין אמעריקא און ארץ ישראל