אייגנארטיגע נסיעה 'ועידת הבונים' דורך האד' מוויז'ניץ מאנסי אינאיינעם מיט נגידים צום שטאט טאראנטא

זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן דינסטאג וועט כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי שליט"א אונטערנעמען אן אייגנארטיגע נסיעה צום שטאט טאראנטא אין קאנאדא אינאיינעם מיט א גראפע נדיבים בעם פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי, וועלכער וועלן האבן די זכיה מיטצופארן מיטן רבי'ן שליט"א מיט זייער העראאישע ביישטייערונג פון לכל הפחות $100,000 לטובת די קרית הישיבה אין נייעק.

די עסקנים ארבעטן אין די יעצטיגע אויסצוארבעטן די לעצטע פרטים און דעטאלן פון דעם מסע הקודש, לויטן יעצטיגן פלאן וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן פון ניו יארק דעם קומענדיגן דינסטאג נאכמיטאג אויף א ספעציעלער טשארטער פליגער וואס איז ארויסגעדינגען געווארן פארן רבי'ן שליט"א אין זיין נאנטע סוויטע, די חשובע נגידים וועלכע וועלן האבן די זכיה מיטצולעבן א מעת לעת פון פולשטענדיגע תענוג רוחני במחיצת הקודש.

דינסטאג אווענט ליל פסח שני וועט פארקומען א גייסטרייכער און עלעגאנטער דינער "ועידת הבונים", אינאיינעם מיט א סעודה לכבוד פסח שני, עס וועט פארקומען אין שטוב פון הטפסר המרומם הנגיד ר' יענקל פעלדמאן הי"ו פטרון מוסדות וויז'ניץ מאנסי און בונה ומקים פונעם מבצר הישיבה אין נייעק, וועלכער האט פאררופן די מסיבה אין אנערקענונג פון די חשוב'ע נדיבים וואס האבן בייגעשטייערט אסטראנאמישע סכומים, לטובת די ישיבה.

נאכן סעודה וועט מען זיך ארויסלאזן אין וועג צוריק קיין ניו יארק, נאך "יומא אריכתא" פון התעוררות והתרגשות. 

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"